נישט לאַנג צוריק, האָט דער קיִעווער רעזשיסאָר, סצענאַריסט און קינאָ־פּראָדוסער אַלכּסנדר שאַפּיראָ איבערגעגעבן אין אַן עקסקלוזיוון אינטערוויו דעם באַקאַנטן רוסישן אינטערנעץ־פּאָרטאַל Jewish.ru, אַז אין גיכן פּלאַנירט ער אָנהייבן צו אַרבעטן איבער אַ סעריע פֿילמען אויפֿן סמך פֿון מאַרטין בובערס חסידישע מעשׂיות, און וואָלט עס געוואָלט פֿילמירן אויף ייִדיש, כּדי זײַן סעריאַל זאָל אויסזען אָריגינעל און אויטענטיש.
שאַפּיראָ האָט צוגעגעבן, אַז די הײַנטיקע חסידים שיידן זיך שטאַרק אונטער פֿון די גײַסטיקע העלדן, וועלכע האָבן געלעבט אינעם 18טן און 19טן יאָרהונדערט און פֿיגורירן אין די ראָמאַנטישע דערציילונגען פֿונעם באַרימטן ייִדישן פֿילאָסאָף. דער רעזשיסאָר האָפֿט צו שאַפֿן אַן אימאַזש, וואָס זאָל אויסזען עקזאָטיש פֿאַרן הײַנטיקן צוקוקער, און דורכן עקזאָטישן טעם איבערצוגעבן דעם מיסטישן טעם פֿון די מעשׂיות. ווי שאַפּיראָ דריקט זיך אויס, וויל ער „אויסדרייען אַלעמען דעם מוח אויף קאַפּויער‟ דורך אומגעוויינטלעכע און שוידערלעכע פּרטים פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן. כּדי צו פֿאַרווירקלעכן זײַן חלום, וועט ער דאַרפֿן, מעגלעך, אויפֿשטעלן אַ גאַנץ קינאָ־שטעטל פֿאַר זײַנע חסידישע סצענעס.
ווי אַ בײַשפּיל, האָט שאַפּיראָ דערמאָנט רבי פּינחס קאָרעצער, וועלכער האָט געגלייבט, אַז יעדער פּרט פֿון די ייִדישע מלבושים איז פֿאַרבונדן מיט די גײַסטיקע וועלטן. אַ טלית מיט ציצית איז נישט בלויז אַ טייל פֿונעם טראַדיציאָנעלן ייִדישן ריטואַל, נאָר אַן אַנטפּלעקונג פֿון הויכע רוחניותדיקע כּוחות, ווי עס ווערט דערקלערט אין די קבלה־ספֿרים. ווען אַ ייִד שאָקלט זײַנע ציצית, קאָן ער איבערקערן די גאַנצע וועלט.
שאַפּיראָ האָט זיך געלערנט אין אַ ישיבֿה, ווען ער האָט געוווינט אין פּעטערבורג, און איז גוט פּערזענלעך באַקאַנט מיט חסידות און פֿרומער ייִדישקייט. ווי אַ רעזשיסאָר איז ער צום מערסטן באַקאַנט ווי אַ שאַפֿער פֿון אומאָפּהענגיקע עקספּערימענטאַלע פֿילמען אויף פּראָבלעמאַטישע און סקאַנדאַליעזע טעמעס. זײַן ערשטער לאַנגער פֿילם „ציקוטאַ‟, פֿילמירט אינעם יאָר 2003, איז געווידמעט דער טעמע פֿון נאַרקאָמאַנען. אין זײַן אינטערוויו גיט אָבער שאַפּיראָ איבער, אַז אַפֿילו אין זײַן דערציילונגען ווען דעם נאַרקאָמאַנישן לעבן פֿול מיט משוגעתן, האָט ער געהאַט אין זינען ביאת־המשיח און מיטסישע ענינים. אין זײַן פֿילם „בעספּאָרנאָ‟ גייט אַ רייד וועגן דער פּאָרנאָגראַפֿישער קינאָ־אינדוסטריע, אַן אַנדער שאָטן־זײַט פֿון דער געזעלשאַפֿט.
לעצטנס, וווינט שאַפּיראָ אין תּל־אָבֿיבֿ. נישט צום ערשטן מאָל ווענדט ער זיך אָבער צו דער טעמע פֿון חסידות. ווען ער האָט געוווינט אין קיִעוו, האָט ער אינעם יאָר 2012 געשאַפֿן אַ פֿילם וועגן די חסידישע צדיקים מיטן נאָמען „נחמן‟, מיינענדיק רבי נחמן בראַצלעווער, וואָס בײַ זײַן קבֿר אין דער אוקראַיִנישער שטאָט אומאַן פֿאַרזאַמלען זיך יעדעס יאָר טויזנטער חסידים צו פּראַווען ראָש־השנה. דער רעזשיסאָר אַליין טראָגט אָפֿט אַ יאַרמלקע מיט דער אויפֿשריפֿט „נ נח נחמ נחמן מאומן‟; בײַ אַ טייל הײַנטצײַטיקע בראַצלעווער ווערט די דאָזיקע פֿראַזע באַטראַכט ווי אַ מין משיחישע מאַנטרע.
אויב אַזאַ שאַפֿער פֿון אומגעוויינטלעכע, משוגעתישע און סקאַנדאַליעזע פֿילמען וועט זיך טאַקע אײַנגעבן צו שאַפֿן אַ סעריע חסידישע קינאָ־מעשׂיות אויף ייִדיש, וואָלט עס זיכער געווען אַ גרויסער חידוש. דער לעצטער ייִדישער פֿילם מיט אַ יענוועלטישן טעם איז געווען, מסתּמא, מיכל וואַשינסקיס עקראַניזאַציע פֿון אַנ־סקיס „דיבוק‟, געשאַפֿן אין 1937.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.