נישט לאַנג צוריק, זענען אויף אַ צאָל ייִדיש־רוסישע וועבזײַטן פֿאַרשפּרייט געוואָרן אינטערעסאַנטע ידיעות וועגן אַ שײַכות פֿון אַ געוויסן באַרימטן פּערסאָנאַזש פֿונעם סאָוועטישן פֿאָלקלאָר, כאָטאַביטש, צו ייִדן און ייִדישקייט. דער דאָזיקער פּערסאָנאַזש איז מיט 60 יאָר צוריק באַרימט געוואָרן איבערן גאַנצן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד צוליב אַ געראָטענעם קינדער־פֿילם.
יעדן אַמעריקאַנער איז פֿון קינדווײַז אָן באַקאַנט דער מוזיקאַלישער אַנימאַציע־פֿילם „אַלאַדין‟, וואָס „דיסני‟ האָט געשאַפֿן אין 1992. באַגרינדעט אויף די מעשׂיות פֿון „טויזנט און איין נאַכט‟, שאַפֿט ער אַ ראָמאַנטישן אימאַזש פֿונעם מוסולמענישן מיטל־מיזרח, הגם פֿאַר אַן אמתן אַראַבער זעט עס אויס, אַוודאי, ווי אַ מערבֿדיקע פֿאַנטאַזיע וועגן דעם „עקזאָטישן‟ מיזרח מיט פֿליִענדיקע טעפּעכער און פֿאַרכּישופֿטע לעמפּ.
די מעשׂיות פֿון „טויזנט און איין נאַכט‟ זענען צום ערשטן מאָל אַרויס אויף ענגליש אינעם יאָר 1706. זינט דעמאָלט דינט די דאָזיקע זאַמלונג פֿון מיטל־עלטערלעכע מיטל־מיזרחדיקע פֿאָלקס־דערציילונגען ווי אַן אומאויסשעפּלעכער קוואַל פֿון פֿאַנטאַזיעס. מע איז זיך משער, אַז לכתּחילה זענען די מעשׂיות צונויפֿגעשטעלט געוואָרן אויף פּערסיש; אינעם 9טן יאָרהונדערט האָט אַן אַראַבישע ווערסיע שוין צירקולירט אין דער איסלאַמישער וועלט.
אויף רוסיש איז די דאָזיקע זאַמלונג, אַוודאי, אויך גוט באַקאַנט, אָנהייבנדיק פֿונעם 18טן יאָרהונדערט. ווי געזאָגט, איז נישט איין דור סאָוועטישע קינדער דערצויגן געוואָרן אויף דעם קלאַסישן סאָוועטישן פֿילם „דער אַלטער כאָטאַביטש‟, געשאַפֿן אינעם יאָר 1956 אויפֿן סמך פֿון לאַזאַר לאַגינס בוך מיטן זעלבן נאָמען. דער סיפּור־המעשׂה קומט פֿאָר אין דער הײַנטצײַטיקער מאָסקווע.
אַ 12־יאָריק ייִנגל געפֿינט אינעם אָרטיקן טײַך אַ פֿלאַש, עפֿנט עס און באַפֿרײַט דעם דזשין, וועלכער איז דאָרטן געווען פֿאַרשפּאַרט במשך פֿון הונדערטער יאָרן. דער דזשין דערקלערט, אַז ער הייסט האַסאַן אַבדוראַכמאַן איבן כאָטאַב, און אַז פֿאַר דער גרויסער טובֿה, וואָס דער סאָוועטישער שילער האָט אים געטאָן, וועט ער אויספֿירן אַלע זײַנע בקשות. דאָס ייִנגל פֿאַרקירצט דעם פֿרעמדן נאָמען פֿון זײַן נײַעם יענוועלטישן חבֿר און גיט אים דאָס צונעמעניש „כאָטאַביטש‟.
אויף אַ טשיקאַוון אופֿן, האָט לאַגין באַגרינדעט אַ סך פּרטים פֿון זײַן בוך אויף די „טויזנט און איין נעכט‟. אין פֿאַרגלײַך מיטן דערמאָנטן „דיסני‟־פֿילם, שטעלט ער אָבער אַ פֿאַרקערן ציל. אַנשטאָט צו שילדערן אַ פֿאַנטאַזיע־וועלט, טראַכט ער אויס אַ וווּנדער־מעשׂה, וואָס טרעפֿן זיך אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. דער פֿילם בלײַבט פּאָפּולער אין רוסלאַנד ווי אַ טייל פֿון דער קינדער־בילדונג אינעם לאַנד. אין פֿאַרגלײַך מיט אַמעריקע, רופֿט אָבער דער אַלטער דזשין אַרויס אַסאָציאַציעס מיט דער סאָוועטישער צענטראַל־אַזיע. ער איז נישט אַן עקזאָטישער, אָבער סתּם אַ טשיקאַווער פּערסאָנאַזש.
ווייניק מענטשן ווייסן, אַז דער מחבר פֿונעם בוך וועגן כאָטאַביטש האָט באמת געהייסן לייזער גינזבורג, און אַז אינעם יאָר 1947 האָט ער פֿאַרעפֿנטלעכט אויף ייִדיש דאָס בוך „מײַנע פֿרײַנד, שוואַרץ־ימישע קריגער: פֿראָנט־נאָטיצן‟ וועגן זײַנע איבערלעבונגען בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. ווי אַ 16־יאָריק ייִנגל, איז גינזבורג, אַ געבוירענער אין וויטעבסק, אַוועק פֿרײַוויליק צו קעמפֿן אין דער רויטער אַרמיי. צוליב דעם און אַ צאָל אַנדערע פֿאַרדינסטן האָט ער באַקומען אַ פֿעסטע רעפּוטאַציע פֿון אַ געטרײַען שטיצער פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד.
אינעם אָריגינעלן בוך, זאָגט דער דזשין מיטן ווײַסרוסישן אַשכּנזישן אַקצענט די כּישוף־פֿראַזע „לכה דוד לקראת כּלה‟. אין די שפּעטערדיקע אויסגאַבעס, האָבן די רעדאַקטאָרן געבעטן צו באַזײַטיקן די דאָזיקע „מיסטעריעזע‟ ווערטער. לויט אַ ריי סימנים, האָט דער מחבר געהאַט אין זינען אַ קאַריקאַטורישן אימאַזש פֿון אַ חסיד אָדער חסידישן צדיק, ווען ער האָט געשילדערט דעם מיטל־מיזרחדיקן כּישוף־מאַכער. אַזאַ אויסזען האָט טאַקע „כאָטאַביטש‟ געהאַט אין דער ערשטער אויסגאַבע פֿונעם בוך, פֿונעם יאָר 1938. עס באַקומט זיך, אַז הינטער איינעם פֿון די סאַמע קלאַסישע כּמו־מוסולמענישע פּערסאָנאַזשן אין דער סאָוועטישער קולטור באַהאַלט זיך אַ טיפּ פֿון אַ שטעטלדיקן רבין.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.