ווען סאָוועטיש־ישׂראלדיקע באַציִונגען זענען געווען גאָר אַנדערש

When Soviet-Israel Relations Changed

דער סאָוועטישער שליח פֿאַרלאָזט די סאָוועטישע אַמבאַסאַדע, תּל־אָבֿיבֿ, 1953
gpo.gov.il
דער סאָוועטישער שליח פֿאַרלאָזט די סאָוועטישע אַמבאַסאַדע, תּל־אָבֿיבֿ, 1953

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published February 09, 2016, issue of March 04, 2016.

די הײַנטיקע באַציִונגען צווישן ישׂראל און רוסלאַנד קען מען באַשרײַבן ווי „אַ לעבן ווי אַ לעקעך‟, כאָטש די רעגירונגען צעגייען זיך, אין דער אמתן, אין אַ היפּש ביסל פֿראַגן.

דער דאָזיקער מצבֿ פֿון, קען מען זאָגן, פֿרײַנדשאַפֿט, האָט זיך געשאַפֿן נאָך אין סוף פֿאָריקן יאָרהונדערט, אָבער מיר איז נאָך אַלץ אַ ביסל מאָדנע צו זען אַזוינס. איך געדענק זייער גוט, ווי דאָס האָט אויסגעזען ביז די 1990ער יאָרן. מיר איז נאָך שווערער עס צו פֿאַרגעסן, ווײַל איך באַשעפֿטיק זיך מיט דער געשיכטע פֿונעם ייִדישן לעבן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און לייען די מאָסקווער פּרעסע פֿון יענע צײַטן, ווען דורך דער דעמאָלטיקער פּראָפּאַגאַנדיסטישער פּריזמע האָט ישׂראל מיט זיך פֿאָרגעשטעלט עפּעס גאָר שלעכטס און געפֿערלעכס.

הגם סטאַלינס באַשלוס אונטערצוהאַלטן די שאַפֿונג פֿון מדינת־ישׂראל נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה איז געווען, און בלײַבט היסטאָריש, זייער וויכטיק אין דער מאָדערנער געשיכטע, האָט „די ליבע‟, פֿון דעסטוועגן, געדויערט ניט לאַנג. אין דער געשיכטע איז עס פֿאַרשריבן ווי זייער אַ קורצער עפּיזאָד פֿון סטראַטעגישער פֿרײַנדשאַפֿט מצד דעם מאָסקווער רעזשים. אין די איבעריקע יאָרן האָט דאָס בילד פֿון די ישׂראלדיק־סאָוועטישע קאָנטאַקטן אויסגעזען, בדרך־כּלל, אַזוי: אָדער די באַציִונגען צווישן די צוויי לענדער זײַנען געווען קאַלטע, אָדער קיין שום באַציִונגען זײַנען פּשוט צווישן זיי ניט געווען. די סאָוועטישע אידעאָלאָגן האָבן ניט געקענט פֿאַרטראָגן דעם פֿאַקט, וואָס ישׂראל האָט געהאַלטן סאָוועטישע ייִדן פֿאַר „אייגענע‟, בעת לענין האָט געלערנט, אַז ס׳איז בכלל ניטאָ אַזאַ וועלט־פֿאָלק — די ייִדן.

דער ערשטער איבערגאַנג פֿון „קאַלטקייט‟ צו „גאָרנישט‟ איז געשען מיט 63 יאָר צוריק, דעם 11 פֿעברואַר 1953, ווען דער סאָוועטישער צד האָט איבערגעריסן די דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען מיט ישׂראל. געשען איז עס אויפֿן הינטערגרונט פֿון דער אָפֿענער אַנטיסעמיטישער קאַמפּאַניע, געפֿירט דורך דער סאָוועטישער רעגירונג. דעם 13טן יאַנואַר 1953 האָט די סאָוועטישע פּרעסע זיך אַרויפֿגעוואָרפֿן אויף די „מערדער אין ווײַסע כאַלאַטן‟. די רייד איז געגאַנגען וועגן דער גרופּע פֿירנדיקע סאָוועטישע דאָקטוירים, דער עיקר ייִדישע, וועלכע מע האָט באַשולדיקט אין, כּלומרשט, ליקווידירן הויכגעשטעלטע לײַט אין די העכסטע פֿענצטער פֿונעם רעזשים. לויט דעם דאָזיקן בילבול, האָבן די דאָקטוירים געדינט דעם ציוניזם און, פֿאַרשטייט זיך, דעם אימפּעריאַליזם.



(function(){function c(){var b=a.contentDocument||a.contentWindow.document;if(b){var d=b.createElement('script');d.innerHTML="window.__CF$cv$params={r:'8f8dd8685d1589ee',t:'MTczNTM1MDA1OC4wMDAwMDA='};var a=document.createElement('script');a.nonce='';a.src='/cdn-cgi/challenge-platform/scripts/jsd/main.js';document.getElementsByTagName('head')[0].appendChild(a);";b.getElementsByTagName('head')[0].appendChild(d)}}if(document.body){var a=document.createElement('iframe');a.height=1;a.width=1;a.style.position='absolute';a.style.top=0;a.style.left=0;a.style.border='none';a.style.visibility='hidden';document.body.appendChild(a);if('loading'!==document.readyState)c();else if(window.addEventListener)document.addEventListener('DOMContentLoaded',c);else{var e=document.onreadystatechange||function(){};document.onreadystatechange=function(b){e(b);'loading'!==document.readyState&&(document.onreadystatechange=e,c())}}}})();