זעלטן וועגן דערציילן אַזעלכע ערנסטע וועלטלעכע אויסגאַבעס, ווי „האָרץ‟, וועגן מיסטישע חסידישע נבֿואות. נישט לאַנג צוריק האָט די דאָזיקע צײַטוננג פּובליקירט אַן אַרטיקל פֿון ערן ארזן, לויט וועלכן די ישׂראלדיקע געאָלאָגישע פֿירמע „שפֿע ימים‟ האָט אַנטדעקט זעלטענע מינעראַלן לעבן חיפֿה, ווי דער ליובאַוויטשער רבי, מנחם־מענדל שניאורסאָן, האָט פֿאָרויסגעזאָגט איר בעל־הבית, אַבֿרהם טאַוב.
דער ליובאַוויטשער רבי, וועלכער איז ניפֿטר געוואָרן אינעם יאָר 1994, דינט ווי אַ העלד פֿון כּלערליי מעשׂיות וועגן ניסים־ונפֿלאות. אַ טייל זײַנע משיחישע חסידים גלייבן נישט בכלל, אַז ער איז געשטאָרבן און לייקענען אָפּ די עצם־עקזיסטענץ פֿון זײַן מקום־קבֿורה אין קווינס. אַ טייל מעשׂיות, וואָס מע דערציילט וועגן אים, לייגן זיך נישט אויפֿן שׂכל, פּונקט ווי די דאָזיקע אויסטערלישע טעאָריע, לויט וועלכער דער רבי לעבט ווײַטער אין אַ מיסטישער באַהאַלטענער פֿאָרעם, און זײַן קבֿר איז בלויז אַן אילוזיע, וואָס דער שׂטן האָט געשאַפֿן פֿאַר די, וואָס גלייבן נישט אינעם רבינס משיחישער מיסיע.
אַזוי צי אַזוי, האָט טאַובס פֿירמע אַן אומגעוויינטלעכע געשיכטע. זײַענדיק אַ ליובאַוויטשער חסיד, האָט ער זי געדרינדעט אינעם 1999, אויפֿן סמך פֿון זײַן אָפּטײַטש פֿונעם רבינס ווערטער, לויט וועלכע אַרום חיפֿה געפֿינען זיך אין דער ערד בריליאַנטן. בעת אַ שמועס צווישן דעם ליובאַוויטשער רבין און דעם חיפֿהר ראָש־העיר אַריה גורל, האָט דער חסידישער מנהיג דערמאָנט, אַז דער רבונו־של־עולם האָט באַהאַלטן טײַערע אוצרות אינעם ים לעבן דער שטאָט. טאַוב האָט בוכשטעבלעך אָנגענומען דעם רבינס ווערטער און געשאַפֿן אַ קאָמפּאַניע, בשותּפֿות מיט פּראָפֿעסיאָנעלע געאָלאָגן, האָפֿנדיק די דאָזיקע אוצרות אויסצוגראָבן.
דער זעלבער זשורנאַליסט פֿון „האָרץ‟, ערן ארזן, האָט מיט דרײַ יאָר צוריק איבערגעגעבן, אַז אַ טייל ליובאַוויטשער באַציִען זיך צו טאַובס טעטיקייט אָן אַ גרויסן ענטוזיאַזם און מיינען, אַז אין זײַן שמועס האָט דער רבי געמיינט רוחניותדיקע אוצרות, און נישט גשמיותדיקע בריליאַנטן. אַ קיצור, די פֿירמע האָט לעצטנס אויסגעגראָבן אינעם טײַך קישון לעבן חיפֿה גאָר זעלטענע מינעראַלן, אַרײַנגערעכנט טיסטאַריט — אַ פֿאָרעם פֿונעם טיטאַניום־אָקסיד, וואָס ביז הײַנט האָט מען בלויז איין מאָל געטראָפֿן אין אַ מעטעראָריט. „שפֿע ימים‟ האָט רעקלאַמירט דאָס געפֿינס און באַמערקט, אַז צום ערשטן מאָל האָט מען אַזאַ מינעראַל געפֿונען אין אַ נאַטירלעכער סבֿיבֿה אויף אונדזער פּלאַנעט.
אַן אַנדער זעלטענער מינעראַל, אַנטדעקט אינעם זעלבן טײַך, איז מואַסאַניט, וואָס ווערט אויך אַסאָציִיִרט מיטן קאָסמאָס. דער פֿראַנצויזישער כעמיקער אַנרי מואַסאַן האָט עס געפֿונען אינעם יאָר 1893 אין אַ מעטעאָריט־קראַטער. געוויסע אייגנשאַפֿטן פֿונעם דאָזיקן מינעראַל דערמאָנען טאַקע די בריליאַנטן. הײַנט פּראָדוצירט מען עס אויף אַ קינסטלעכן אופֿן פֿאַר באַצירונגען און געוויסע טעכנאָלאָגישע מכשירים. דער פֿאָרשער, נאָך וועלכן מע האָט אָנגערופֿן דעם דאָזיקן מינעראַל, האָט לכתּחילה געמיינט, אַז ער האָט געפֿונען אַ דימענט.
אַזוי צי אַזוי, זענען די אַקציעס פֿון דער פֿירמע געשטיגן אויף 6.5 פּראָצענט, הגם קיין עכטע בריליאַנטן האָט זי נישט געפֿונען און ברעקלעך פֿון מעטעאָריטן וואַלגערן זיך דאָך אַרום דער גאַנצער וועלט, אַרײַנגערעכנט חיפֿה. וואָס שייך דעם ליובאַוויטשער רבין, קאָן מען זאָגן, אַז צענדיקער בענדער טיפֿע חסידישע ווערק אויף ייִדיש, וואָס ער האָט איבערגעלאָזט, זענען זײַנע אמתע אוצרות, אין פֿאַרגלײַך מיט צווייפֿלהאַפֿטיקע געאָלאָגישע זוכענישן אויפֿן סמך פֿון זײַנע אומקלאָרע ווערטער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.