אין איר בלאָג, Digital Yiddish Theater Project [דיגיטאַלישער ייִדישער טעאַטער־פּראָיעקט], האָט נאָמי דזשאָונס די וואָך אָפּגעדרוקט, אויף ענגליש, אַ פֿאַרכאַפּנדיקן פּאָרטרעט פֿונעם אַמאָליקן פֿיל־פֿאַרביקן פּראָדוצירער פֿון ייִדישע פּיעסעס אין ניו־יאָרק — עדווין רעלקין. הגם אינעם „לעקסיקאָן פֿונעם ייִדישן טעאַטער‟ פֿאַרנעמט רעלקין גאַנצע פֿיר זײַטן, איז ער הײַנט כּמעט אומבאַקאַנט.
געבוירן איז ער אין ניו־יאָרק אין 1881 מיטן נאָמען אַבֿרהם רעלקין, אָבער ער האָט זײַן ערשטן נאָמען געביטן אויף עדווין, נאָכן טויט פֿון זײַן באַליבטן אַקטיאָר, עדווין בוט, אין 1893. עדווין בוט איז, אַגבֿ, געווען דער ברודער פֿונעם טרויעריק באַרימטן מערדער פֿון פּרעזידענט אייבראַהאַם לינקאָלן — דזשאָן ווילקס בוט.
אַ בחור האָט רעלקין געדינט ווי דער אַסיסטענט פֿון באָריס טאָמאַשעפֿסקי און יעקבֿ אַדלער, אָבער אין 1912 איז ער אַליין געוואָרן אַ פּראָדוצירער פֿון ייִדישע פּיעסעס אין ניו־יאָרק. יוסף רומשינסקי, איינער פֿון די באַרימטסטע קאָמפּאָזיטאָרן פֿון ייִדישע טעאַטער־לידער, האָט אַ מאָל דערציילט, אַז דער דראַמאַטורג, יעקבֿ גאָרדין, האָט שטאַרק ליב געהאַט רעלקין, ווײַל יענער האָט געקאָנט צעטיילן אַ טרופּע אויף צוויי קלענערע טרופּעס, און דערבײַ דערמעגלעכט, אַז זיי זאָלן דעם זעלבן אָוונט שפּילן צוויי פֿון גאָרדינס פּיעסעס אין צוויי באַזונדערע טעאַטערס.
טאָמאַשעווסקי האָט אים אָבער מיט דער צײַט פֿײַנט געקראָגן, בפֿרט ווען רעלקין האָט אָנגעהויבן אײַנפֿירן טורן פֿון ייִדישע טרופּעס, וואָס האָבן קאָנקורירט מיט זײַנע אייגענע. רעלקין האָט אויך אַרויסגערופֿן כּעס בײַם אַקטיאָרן־יוניאָן, ווײַל ער פֿלעגט אָפֿט אָנשטעלן אַקטיאָרן, וואָס האָבן נישט געהערט צום יוניאָן — אַ זאַך, וואָס האָט, אַ פּנים, גורם געווען אַ ברוטאַלן אַטאַק אויף אים איין אָוונט, ווען ער האָט פֿאַרלאָזט דעם טעאַטער־בנין.
רעלקינס פּראָדוקציע פֿון „יאָשע קאַלב‟ מיט מאָריס שוואַרץ איז מסתּמא געווען זײַן גרעסטע אַרטיסטישע הצלחה; שוואַרץ האָט געשפּילט די ראָלע יאָרן לאַנג, גאַסטראָליניק איבערן לאַנד. דער אימפּרעסאַריאָ האָט אָבער אויך פּראָדוצירט אָן אַ שיעור צווייט־ראַנגיקע פֿאָרשטעלונגען. אין זײַנע בעסטע יאָרן, איז ער גלײַכצײַטיק געווען דער פֿאַרוואַלטער איבער 200 אַקטיאָרן, וועלכע האָבן אויפֿגעטראָטן אין פֿאָרשטעלונגען אין ניו־יאָרק, שיקאַגע, באָלטימאָר און אַנדערע שטעט.
דזשאָונס באַשרײַבט רעלקינס לעבן און קאַריערע אין ייִדישן טעאַטער אויף אַזאַ בילדערישן אופֿן, אַז מע וואָלט מסתּמא געקאָנט וועגן דעם אימפּרעסאַריאָ גופֿא אָנשרײַבן אַ פּיעסע.
צו לייענען דעם אַרטיקל, גייט צו //www.yiddishstage.org/2016/02/08/uncle-ed-yiddish-theatre-impresario/.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.