יעדע צוויי יאָר קומען צו פֿאָרן קלעזמער־מוזיקער פֿון איבער דער וועלט קיין פֿירט, אַ שטאָט אין צפֿון־בײַערן, דײַטשלאַנד, כּדי זיך צו באַטייליקן אינעם גרויסן אינטערנאַציאָנאַלן פֿעסטיוואַל פֿון קלעזמער־מוזיק. הײַיאָר וועט דער פֿעסטיוואַל פֿאָרקומען פֿונעם 4טן ביזן 15טן מאַרץ.
ווי אַ טייל פֿון דער פּראָגראַם וועלן אויפֿטרעטן קלעזמער־גרופּעס פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, קאַנאַדע, ישׂראל, סלאָוואַקיע, האָלאַנד, פּוילן און, אַוודאי, דײַטשלאַנד. די באַזוכער פֿונעם פֿעסטיוואַל וועלן זיך אויך קענען באַטייליקן אין אַ ריי מוזיק־ און טאַנץ־וואַרשטאַטן; גיין אויף טורן פֿונעם אָרטיקן ייִדישן מוזיי און פֿון די היסטאָרישע ייִדישע ערטער אין דער שטאָט; זען צוויי נײַע ישׂראלדיקע פֿילמען, וואָס שילדערן די באַציִונגען צווישן דער ישׂראלדיקער און דער פּאַלעסטינער געזעלשאַפֿט, און אַנדערע אַקטיוויטעטן.
איינער פֿון די טשיקאַווע מאָמענטן פֿונעם הײַיאָריקן פֿעסטיוואַל איז דער פּלאַנירטער אויפֿטריט פֿון דער האָלענדישער זינגערין ניקי יאַקאָבס, פֿון דער גרופּע „ניקיטאָוו‟, מיט אַ ייִדישער איבערזעצונג פֿונעם באַרימטן אַמעריקאַנער ראָק־ליד Stairway to Heaven (די טרעפּ צום הימל), וואָס די גרופּע „לעד זעפּעלין‟ האָט אַרויסגעלאָזט אין 1971.
אינעם ייִדישן נוסח פֿון ליד, רעדט זיך נישט וועגן קיין טרעפּ אין הימל, נאָר וועגן „אַ פֿוסבאַנק‟; אַ פּנים, אַן אָנצוהערעניש פֿון י. ל. פּרצס דערציילונג, „שלום־בית‟, וווּ אַ ייִד טענהט, אַז אין גן־עדן וועט זײַן פֿרוי בשום־אופֿן נישט זײַן זײַן פֿוסבענקעלע, נאָר זיצן גלײַך מיט אים צוזאַמען.
הגם „ניקיטאָוו‟ האָט אויך איבערעגעזעצט אַנדערע באַרימטע ראָק־לידער אויף ייִדיש, האָט די גרופּע זיך באמת קונה־שם געווען מיט אירע קאָמפּאַקטלעך און קאָנצערטן פֿון באַקאַנטע ייִדישע פֿאָלקסלידער ווי מרדכי געבירטיגס „יאַנקעלע‟, איציק פֿעפֿערס „די קרענעצע‟ און מאָריס ראָזענפֿעלדס „מײַן רוע פּלאַץ‟ — געזונגען אויף אַ פֿאָלקישן שטייגער, מיט דער באַגלייטונג פֿון קלאַסיש־אויסגעשולטע מוזיקער.
ווי איציק גאָטעסמאַן האָט אַמאָל געשריבן אינעם „פֿאָרווערטס‟, האָט יאַקאָבס לעצטנס באַשלאָסן צו זינגען אירע באַליבטסטע „פּאָפּ‟־לידער אויף ייִדיש, כּדי צוצוציִען אַ נײַעם יונגן עולם צו דער ייִדישער קולטור.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.