ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס

News from Buenos Aires


פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים

Published February 11, 2016, issue of March 04, 2016.

די ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

אורוגווײַ: ייִדישער פֿילם־פֿעסטיוואַל אויפֿן באַרימטן קוראָרט

די קולטור־טעטיקייטן בעת די הייסע זומער־חדשים אַנטװיקלען זיך בײַם ים. אין פּונטאַ דעל עסטע, אורוגװײַ, אַ װעלט־באַרימטע פּליאַזשע, איז פֿאָרגעקומען צװישן 6סטן און 10טן פֿעברואַר דער 13טער ייִדישער פֿילם־פֿעסטיװאַל. 10 רעפֿעראַטן, די באַטייליקונג פֿון פֿילמען פֿון 15 לענדער און 30 פֿילמען האָבן פֿאַרװײַלט אַ גרויסן עולם, װאָס האָט איבערגעפֿולט די 3 זאַלן. בײַ דער דערעפֿענונג האָט מען באַערט דעם יונגן אַרגענטינער רעזשיסאָר דניאל בורמאַן, װאָס האָט אין זײַנע פֿילמען אָפּגעשפּיגלט דאָס ייִדישע לעבן אין בוענאָס־אײַרעס. אין דער פּראָגראַם האָט מען געװיזן דעם פֿילם „געדענק‟ (אַזוי איז דער נאָמען אין אָריגינאַל), װאָס װײַזט װי אַזוי דער חורבן װערט דערמאָנט פֿונעם יונגן דור. דער אַרגענטינער נײַער פֿילם „סובטע פּאָלסקאַ‟ (באַנסטאַנציע פּאָלסקאַ), װאָס דערציילט די געשיכטע פֿון טאַדעוש, אַן עלטערער ייִד, װאָס האָט זיך באַטייליקט אין דעם שפּאַנישן ציװילן קריג, און װאָס אַרבעט אין דער באַן; ער דערמאָנט זײַן לעבן, בײַם שפּילן שאַך מיט אַ יונגן בחור, האָט שטאַרק אויסגענומען בײַם עולם און בײַ די קריטיקער.


אַ קבלת־פּנים אויף דער פֿרײַער לופֿט מיט זינגערײַ

אין מיראַמאַר, אַ 300 מײַל פֿון בוענאָס־אײַרעס, אַ שטאָט בײַם ים, װאָס אַ סך ייִדן קלײַבן אויס פֿאַר זייערע זומער־װאַקאַציעס, אָרגאַניזירט מען יעדן פֿרײַטיק פֿאַר נאַכט אַ קבלת־שבת, אויף דער פֿרײַער לופֿט בײַם ברעג־ים. הונדערטער ייִדן האָבן זיך פֿאַרזאַמלט דעם 5טן פֿעברואַר בײַ דער דערעפֿענונג לויט דער איניציאַטיװ פֿון דער בוענאָס־אײַרעסער געמיינדע „דור־חדש‟. װי דער שטייגער איז בײַ זיי אין בוענאָס־אײַרעס, האָט דער עולם בײַם סוף פֿון די תּפֿילות געזונגען ייִדישע און העברעיִשע לידער.


די פֿאָרשטעלונג פֿאַר קינדער „אמתע פּרינצעסין, רעאַלע פּרינצעסין‟

מיטװאָך, דעם 10טן פֿעברואַר, האָט מען אין דעם טעאַטער־זאַל פֿון דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה געשפּילט דעם ספּעקטאַקל „אמתע פּרינצעסין, רעאַלע פּרינצעסין‟, װוּ מען דערציילט מעשׂיות וועגן דעם סטערעאָטיפּ, װאָס די ליטעראַטור האָט געשאַפֿן אין שײַכות מיט דער שיינקייט פֿון די פּרינצעסינס. נישט פֿאַרקעמטע פּרינצעסינס דערציילן מעשׂיות און זינגען לידער ספּעציעל פֿאַר קינדער צװישן 4 און 11 יאָר.


די ייִדישע אַרגענטינער אַקטריסע אַמעליאַ בענסע איז געשטאָרבן

די ייִדישע אַרגענטינער אַקטריסע אַמעליאַ בענסע איז געשטאָרבן אין בוענאָס־אײַרעס דעם 8טן פֿעברואַר. אַ געבוירענע אין 1914 (אַנדערע קװאַלן גיבן אָן 1912), האָט זי געביטן איר נאָמען מרים באָטװיניק און האָט דעביוטירט אין 1933 אין דעם פֿילם „דאַנדסינג‟ (אַ נאָמען פֿון אַ נאַכטלאָקאַל), װאָס װערט נאָך ביזן הײַנטיקן טאָג געװיזן אין טעלעװיזיע. אין 1942 האָט זי געשפּילט אינעם פֿילם „די שענסטע אויגן פֿון דער װעלט‟, אַ טיטל, װאָס איז נאָך דעם פֿאַקטיש פֿאַרװאַנדלט געװאָרן אין איר בײַנאָמען. זי האָט געשפּילט אין אַ הונדערט פֿילמען און ספּעקטאַקלען. זי איז געװען נאָענט צו ייִדישע געזעלשאַפֿטן, און איז געװען אַקטיװ ביז 2010. די לוויה איז פֿאָרגעקומען אין דעם נאַציאָנאַלן טעאַטער „סערװאַנטעס‟, וווּ זי איז באַערט געװאָרן פֿון טויזנטער מענטשן.


נתניהו באַגריסט דעם אַרגענטינער פּרעזידענט מיטן געבוירן־טאָג

דער פּרעזידענט מאַוריסיאָ מאַקרי איז דעם 8טן פֿעברואַר אַלט געװאָרן 57 יאָר, און ער האָט עס אינטים געפֿײַערט מיט זײַן משפּחה אויף אַ קוראָרט, 700 מײַל פֿון בוענאָס־אײַרעס. דער ישׂראלדיקער פּרעמיער־מיניסטער בנימין נתניהו האָט אים ספּעציעל באַגריסט און געװידמעט זײַנע ברכות צו „מײַן חבֿר מאַוריסיאָ מאַקרי‟, און אים געװוּנטשן פּערזענלעך און אַרגענטינע „אַל דאָס גוטס‟.


אַ פֿאַרבעטונג צו אָרגאַניזירן אַ ייִדישן נאַציאָנאַלן קאָנגרעס אין דער שטאָט טוקומאַן

די „דאַיאַ‟ זעצט פֿאָר מיט אירע טרעפֿונגען אין קהילה־בנין מיט פֿאָרשטייערס פֿון דער אַרגענטינער אָנפֿירערשאַפֿט. דער סינדיקאַליסט כעראָנימאָ „מאָמאָ‟ װענעגאַס, אַ דעפּוטאַט און אַן אָנגעזעענע פּערזענלעכקייט אין דעם אַרבעטער־סעקטאָר, האָט אויך זיך באַקענט מיט דער טעטיקייט פֿון דער אינסטיטוציע און אונטערגעשריבן אָפּמאַכן פֿאַר װײַטערדיקער געמיינזאַמער אַרבעט.

דער גובערנאַטאָר פֿון דער פּראָװינץ טוקומאַן כואַן לויס מאַנזור, װאָס האָט אין די לעצטע װאַלן פֿאַרביטן אין זײַן אַמט דעם גובערנאַטאָר כאָסע אַלפּעראָװיטשן, האָט אויך באַזוכט די אינסטיטוציע, דעם 4טן פֿעברואַר. ער האָט דערציילט װעגן די באַציִונגען מיט די ייִדישע אינסטיטוציעס פֿון דער פּראָװינץ און האָט פֿאַרבעטן דעם ייִשובֿ צו אָרגאַניזירן אַ ייִדישן נאַציאָנאַלן קאָנגרעס אין דער שטאָט טוקומאַן, װי אַ טייל פֿון די פֿײַערונגען פֿון די 200 יאָר אַרגענטינער אומאָפּהענגיקייט, װאָס אַרגענטינע װעט פֿײַערן דעם 9טן יולי, װען אין 1816 האָט אַ קאָנגרעס, פֿאַרזאַמלט אין טוקומאַן, דערקלערט די אומאָפּהענגיקייט פֿון שפּאַניע. די „דאַיאַ‟ װעט אָרגאַניזירן דעם צוזאַמענקום.


מאַנועל טענענבוים ז״ל

אין מאָנטעװידעאָ, אורוגװײַ, איז דעם 2טן פֿעברואַר געשטאָרבן אין עלטער פֿון 82 יאָר, מאַנועל טענענבוים. אַ ייִדישער לערער און געזעלשאַפטלעכער טוער אין אורוגװײַ, איז ער אין 1978 נאָמינירט געװאָרן װי דער דירעקטאָר פֿון דעם ביוראָ פֿון לאַטײַן־אַמעריקאַנער װעלט־קאָנגרעס אין בוענאָס־אײַרעס, װוּ ער האָט אַמטירט 30 יאָר ביז זײַן פּענסיאָנירן זיך. אַ פּרעכטיקער רעדנער און אַ ייִדישער דענקער פֿלעגט ער אָפֿט מאָל אויפֿטרעטן מיט ייִדישע לעקציעס אויף פֿאַרשיידענע טעמעס, ספּעציעל, אין דער קהילה און אין דעם אַרגענטינער ייִװאָ.