ייִדיש־פֿאָרשונגען: 2014־2015

Yiddish Studies: 2014-2015


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published February 12, 2016, issue of March 04, 2016.

דעם 7טן פֿעברואַר איז אויף דער וועבזײַט „אין געוועב‟, וואָס עס ווערן פֿאַרעפֿנטלעכט פֿאַרשיידענע מאַטעריאַלן וועגן ייִדיש, אַרויס אַ לאַנגער און אינמאָרמאַטיווער ביבליאָגראַפֿישער רעדאַקציע־באַריכט פֿון די לעצטע אַקאַדעמישע ייִדיש־שטודיעס אויף ענגליש, וואָס זענען פּובליקירט געוואָרן אין פּעריאָד פֿון 2014 ביז 2015. אין דער רשימה זענען אַרײַן ביכער, פֿאָרש־אַרטיקלען און ספּעציעלע נומערן פֿון אַקאַדעמישע זשורנאַלן, וווּ ס׳איז דערמאָנט די ייִדישע שפּראַך.

די מחברים האָבן אַרײַנגערעכנט אויך אַזעלכע מאַטעריאַלן, וווּ ייִדיש ווערט נישט אַנאַליזירט אינעם לינגוויסטישן אַספּעקט, אָבער דינט ווי די אָריגינעלע שפּראַך פֿון געוויסע היסטאָרישע דאָקומענטן, ווי דאָס שמועס־לשון פֿון אַמאָליקע און הײַנטיקע ייִדישע קהילות, און אַנדערע ענינים, וואָס זענען לאַוו־דווקא „ייִדישיסטישע‟, אינעם שטרענגן זין פֿון וואָרט, אָבער פֿאָרט האָבן זיי אַ שײַכות צו דער ייִדישער שפּראַך און קולטור.

פֿונדעסטוועגן, וואָרענען די מחברים, אַז די רשימה איז נישט קיין פֿולע. ייִדיש־שטודיעס ווערן געפֿירט אין אַ סך פֿאַרשיידענע ערטער און ס׳איז שווער זיי אַלע צו קאַטאַלאָגיזירן, אויב אַפֿילו מע נעמט אין באַטראַכט בלויז ענגליש. אַ ריי פֿאָרשונגען אויף אַנדערע שפּראַכן ווערן דערמאָנט אין די פֿריִערדיקע מאַטעריאַלן אויף דער וועבזײַט „אין געוועב‟.

די רשימה פֿון נײַע ביכער באַשטייט פֿון מער ווי 50 אויסגאַבעס, פֿון פֿאַרשיידענע לינגוויסטישע און ליטעראַרישע פֿאָרשונגען; סאָציאַלע שטודיעס פֿון די ייִדישע קהילות אינעם אַמאָליקן ארץ־אַשכּנז און אין מיזרח־אייראָפּע. צום בײַשפּיל, האָט דזשעראָלד פֿרייקס, אַ באַקאַנטער פֿאָרשער פֿון אַלט־ייִדישער ליטעראַטור, מיט 2 יאָר צוריק אַרויסגעגעבן אַ וויכטיקע אַנטאָלאָגיע פֿון אַלט־ייִדישער עפּישער פּאָעזיע, געשאַפֿן אינעם פּעריאָד פֿונעם 14טן ביזן 16טן יאָרהונדערט.

אין דער ליסטע פֿון ביכער־קאַפּיטלעך און פֿאָרש־אַרטיקלען, וואָס האָבן צו טאָן מיט ייִדיש, ווערן דערמאָנט צענדליקער אינטערעסאַנטע מאַטעריאַלן, אַרײַנגערעכנט דעם קולטוראָלאָגישן אַנאַליז פֿונעם אַלט־גריכישן עפּאָס אין פֿאַרגלײַך מיט די פֿריִערדיקע עפּישע פּאָעמעס אויף ייִדיש, פֿונעם דערמאָנטן פּראָפֿ׳ דזשעראָלד פֿרייקס; אַליסאַ מאַסאָרס פֿאָרשונג פֿון אַהרן צייטלינס פּאָעזיע וועגן די געשפּענסטן פֿון די ייִדישע שטעטלעך נאָכן חורבן; קאַטאַזשינאַ פּערסאָנס באַריכט וועגן דער קאָנטראָווערסאַלער טעמע פֿון צוואַנג־פּראָסטיטוציע אין דער וואַרשעווער געטאָ; קען פֿרידענס פֿאָרשונג פֿון ליטעראַרישע חידושים אין די אַלטע ייִדישע דערציילונגען וועגן ים־נסיעות.

די לאַנגע רשימה ווײַזט, אַז די ייִדישע שפּראַך איז נישט בלויז אַן אינטערעסאַנטער לינגוויסטישער פֿענאָמען און דאָס טראַדיציאָנעלע מאַמע־לשון פֿון די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן, נאָר דער צענטראַלער יאָדער פֿון פֿאָרשונגען אין כּלערליי געביטן, בפֿרט געשיכטע און ליטעראַטור.