פֿונעם 10טן ביזן 17טן מאַרץ וועט אינעם ניו־יאָרקער „צענטער פֿאַר ייִדישער געשיכטע‟ פֿאָרקומען דער יערלעכער שטאָטישער ספֿרדישער קינאָ־פֿעסטיוואַל, אָרגאַניזירט דורך דער „אַמעריקאַנער ספֿרדישער פֿעדעראַציע‟. אַחוץ די פּרעמיערעס פֿון פֿאַנטאַזיע־פֿילמען און דאָקומענטאַרן, וועלן אַ צאָל רעזשיסאָרן און אַקטיאָרן דערציילן אינטערעסאַנטע געשיכטע און ענטפֿערן אויף די פֿראַגעס פֿון די צוקוקער. דער פֿעסטיוואַל וועט זיך עפֿענען מיט אַ ספּעציעלער צערעמאָניע, בעת וועלכער די געווינער וועלן באַקומען דעם „מילגרוים־פּריז‟ פֿון דער „קאָווענאַנט־פֿונדאַציע‟.
פּינקטלעכער צו זאָגן, פֿאָקוסירט זיך דער פֿעסטיוואַל מער אויף די מיטל־מיזרחדיקע ייִדן, וואָס שיידן זיך אונטער אין זייער קולטור, געשיכטע און מינהגים פֿון די שפּאַניש־שטאַמיקע ספֿרדים. דערצו, האָבן נישט אַלע פֿילמען בכלל אַ דירעקט שײַכות צו די הײַנטצײַטיקע ייִדישע עדות.
למשל, דעם 13טן מאַרץ וועט מען ווײַזן די באַקאַנטע קינדער־אַנימאַציע „דער פּרינץ פֿון מצרים‟, וואָס ברענדאַ טשאַפּמאַן, סטיוו היקנער און סימאָן וועלס האָבן געשאַפֿן אין 1998. נאָכן פֿילם וועט מען דורכפֿירן אַ פֿאַרווײַל־אונטערנעמונג פֿאַר קינדער און געבן אַ ספּעציעלן פּריז פֿאַרן בעסטן קאָסטיום. די אַנימאַציע, וואָס דערציילט וועגן יציאת־מצרים, ווערט באַגלייט מיטן באַקאַנטן ליד פֿון עפֿרה חזה; קיין אַנדער באַזונדער שײַכות צו די מיזרחדיקע ייִדן האָט עס אָבער נישט.
דעם 14טן מאַרץ וועט די פֿעסטיוואַל־פּראָגראַם זיך פֿאָקוסירן אויף נײַע פֿילמען וועגן מאַראָקאַנער ייִדן. צום ערשטן מאָל אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן וועט מען ווײַזן דעם פֿילם „שיר ידידוֹת‟ („דאָס ליד פֿון ליבעס‟) פֿונעם ישׂראלדיקן רעזשיסאָר רפֿאל בלולו, געשאַפֿן אין 2015. אויף אַ צאָל אַמעריקאַנער אינטערנעץ־אַפֿישן שטייט על־פּי־טעות געשריבן, אַז דער מחבר פֿונעם פֿילם הייסט דוד בוגזלו. אין דער אמתן, הייסט אַזוי דער הויפּט־העלד פֿונעם דאָקומענטאַר.
הרבֿ דוד בוגזלו איז געווען אַ באַרימטער מחבר פֿון פּיוטים אויף לשון־קודש. ער איז געבוירן געוואָרן אין מאַראָקאָ, אינעם יאָר 1903, געוואָרן בלינד בײַ 46, זיך באַזעצט אין ישׂראל אין 1965, און ביז זײַן טויט אין 1975 געשאַפֿן אַ סך באַרימטע טראַדיציאָנעלע פּאָעטישע ווערק, וואָס זענען געוואָרן אַ טייל פֿונעם דאַוונען אין אַ סך ספֿרדישע שילן.
דער פֿילם „דער האַלב־נאַכטיקער אָרקעסטער‟, פֿונעם מאַראָקאַנער־פֿראַנצויזישן רעזשיסאָר זשעראָם כּהן־אָליוואַר, וועט אויך צום ערשטן מאָל געוואָרן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן דעם 14טן מאַרץ. דער פֿילם דערציילט וועגן אַ זון פֿון אַ באַרימטן ייִדישן מיזיקער, וועלכער פֿאַרלאָזט מאַראָקאָ צוליב די אָנגעשטרענגע באַציִונגען צווישן ייִדן און מוסולמענער נאָך דער יום־כּיפּור־מלחמה. שפּעטער פֿאָרט ער צוריק אין זײַן היימלאַנד אויף זײַן טאַטנס לוויה. אין מאַראָקאָ טרעפֿט ער די אַנדערע מיטגלידער פֿון זײַן טאַטנס אַנסאַמבל; פּלוצעם הייבט אָן אַ נײַער אומגעריכטער קאַפּיטל אין זײַן לעבן.
דעם 17טן מאַרץ וועלן אויפֿן פֿעסטיוואַל פֿאָרקומען אַן סעריע אונטערנעמונגען, געווידמעט דער ייִדישער קהילה פֿון איראַק, „די איראַקישע נאַכט‟, בעת וועלכער מע וועט ווײַזן די ערשטע אַמעריקאַנער פּרעמיערע פֿון אורון כּהנס פֿילם „שבת שלום‟ און מרשה עמערמאַנס „על נהרות בבֿל‟. כּהן דערציילט די טראַדיציאָנעלע מאכלים פֿון זײַן איראַקיש־געבוירענער באָבען, מלכּה. אין עמערמאַנס פֿילם גייט די רייד וועגן דער טראַדיציאָנעלער מוזיק פֿון איראַקישע ייִדן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.