דעם 18טן פֿעברואַר וועט אינעם קעלנער „באַגעגעניש־צענטער פּאָרז‟ בײַ דער אָרטיקער שיל און קהילה־צענטער פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון דער קעשענעווער גרופּע „ייִדישלאַנד‟. אינעם ראַיאָן פּאָרז וווינען בערך 800 מיטגלידער פֿון דער שיל; אַ סך פֿון זיי שטאַמען פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד.
דער דועט „ייִדישלאַנד‟, פֿונעם זינגער יעפֿים טשאָרני און דער פּיאַניסטקע סוזאַנאַ גערגוס, איז איינער פֿון די ערשטע מוזיקאַלישע גרופּעס, וואָס האָט אָנגעהויבן זינגען לידער אויף ייִדיש אויפֿן שטח פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. פֿריִער זענען די מוזיקער שוין אויפֿגעטראָטן מיט קאָנצערטן אין רוסלאַנד, די פֿאַראייניקטע שטאַטן, קאַדאַנע און אַנדערע דײַטשישע שטעט. למשל, דעם פֿאַרגאַנגענעם אַפּריל האָבן זיי געזונגען אינעם גרויסן זאַל פֿון דער קעשענעווער פֿילהאַרמאָניע מיטן קאָנצערט „מײַן ליבע בעסאַראַביע‟, צוזאַמען מיט אַ צאָל אַנדערע ייִדישע מוזיקער פֿונעם בעסאַראַבישן אָפּשטאַם.
פֿון 23סטן פֿעברואַר, הייבט זיך אינעם קעלנער קהילה־צענטער אָן אַ נײַע סעריע ייִדיש־לימודים פֿונעם קלוב „מאַמע־לשון‟. כאַראַקטעריסטיש, כּדי די פֿאַראינטערעסירטע זאָלן בעסער פֿאַרשטיין, ווערט די אינפֿאָרמאַציע אויף דער וועבזײַט פֿונעם צענטער וועגן דעם קאָנצערט פֿון „ייִדישלאַנד‟ און די ייִדיש־לימודים באַגלייט מיט אַ רוסישער איבערזעצונג.
דער קומענדיקער אויפֿטריט און די ייִדיש־לימודים איז אַ באַווײַז פֿון טיפֿע געזעלשאַפֿטלעכע בײַטן, וואָס זענען געשען במשך פֿון די לעצטע 20 יאָר אין דײַטשלאַנד, צוליב וועלכע די ייִדישע קהילה אינעם לאַנד איז ווידער געוואָרן, צום ערשטן מאָל נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה, איינע פֿון די גרעסטע אין דער וועלט.
קעלן איז באַקאַנט ווי אַ שטאָט, וווּ אַ ייִדישע קהילה האָט עקזיסטירט נאָך אינעם 4טן יאָרהונדערט. דעמאָלט איז עס געווען אַ רוימישע קאָלאָניע. דער עצם־נאָמען פֿון דער שטאָט שטאַמט פֿונעם לאַטײַנישן וואָרט „קאָלאָניע‟. מסתּמא, האָבן די קעלנער ייִדן דעמאָלט גערעדט אויף לאַטײַן, הגם מע קאָן זיך פֿאָרשטעלן, אַז זיי זענען שוין געווען באַקאַנט מיט דער אוראַלטער גערמאַנישער שפּראַך פֿונעם שבֿט אוביער, וועלכע האָט געלעבט אין יענער געגנט. די קהילה איז געווען גענוג גרויס און גוט אָרגאַניזירט; ס׳זעט אויס, אַז די ייִדן האָבן זיך באַזעצט אין קעלן כּמעט אין דער זעלבער צײַט, ווען די רוימער האָבן דאָרטן געגרינדעט די שטאָט.
שפּעטער, באַווײַזט זיך די קעלנער ייִדישע קהילה אין די דאָקומענטן פֿונעם 10טן־11טן יאָרהונדערט. במשך פֿון דער מיטל־עטלערלעכער תּקופֿה האָבן די אָרטיקע ייִדן געליטן פֿון שרעקלעכע פּאָגראָמען און רדיפֿות. פֿונדעסטוועגן, האָבן דאָרטן געוווינט אין יענעם פּעריאָד אַ גאַנצע ריי באַרימטע רבנים. אין די 1920ער יאָרן, האָט די ייִדישע באַפֿעלקערונג אין דער שטאָט באַטראָפֿן בערך 19,500 נפֿשות; ס׳רובֿ זענען אומגעקומען בעת דעם חורבן.
אינעם יאָר 1989 האָבן אין קעלן געוווינט בלויז 1,358 ייִדן. הײַנט וווינען דאָרטן בערך 4,500 ייִדן. די קהילה האָט זיך גיך צעוואַקסן צוליב די רוסיש־רעדנדיקע אימיגראַנטן. די קעלנער מוניציפּאַליטעט בויט איצט אַ גרויסן אַרכעאָלאָגיש־היסטאָרישן מוזיי, געווידמעט דער 1,300־יאָריקער ייִדישער געשיכטע פֿון דער שטאָט. למעשׂה, האָט אָבער די הײַנטיקע קהילה אַ סאָוועטיש־רוסישן טעם, אַזוי ווי אין אַ סך אַנדערע דײַטשישע שטעט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.