דעם 23סטן פֿעברואַר וועט זיך אינעם לעמבערגער מוזיי פֿון רעליגיע עפֿענען אַ נײַע אויסשטעלונג, געווידמעט דער באַרימטער רבנישער משפּחה מעדאַליע.
שמריה־יהודה־לייב מעדאַליע איז געבוירן געוואָרן אין 1872 אינעם קליינעם דאָרף ווערעגי אין דער קאָוונער גובערניע. זײַנע עלטערן זענען געווען ליובאַוויטשער חסידים. חסידות, בפֿרט חב״ד, איז דעמאָלט שוין געווען ברייט פֿאַרשפּרייט אין געוויסע ראַיאָנען פֿון ליטע — דעם טראַדיציאָנעלן „באַסטיאָן‟ פֿון די מתנגדים. לערנען האָט זיך געלערנט מעדאַליע דווקא אין אַ מתנגדיש אָרט — אין דער באַרימטער סלאָבאָדקער ישיבֿה, לעבן קאָוונע.
במשך פֿון עטלעכע יאָר האָט דער יונגער רבֿ געדינט אין טולע, צענטראַל־רוסלאַנד. אינעם פּעריאָד פֿון 1905 ביז 1917 האָט מעדאַליע אָנגעפֿירט מיט דער ייִדישער קהילה אין וויטעבסק — אַ גרויסער און באַרימטער ייִדישער צענטער אין ווײַסרוסלאַנד. נאָך דער רעוואָלוציע, פֿון 1927 ביז 1931, האָט ער במשך פֿון עטלעכע יאָר ווידער באַדינט די טולער ייִדן. אין דער דאָזיקער באַקאַנטער שטאָט, וואָס האָט זיך געפֿונען מחוץ דעם תּחום־המושבֿ, האָבן זיך אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד באַזעצט אַ סך ייִדן.
אין די ערשטע יאָרן פֿון סטאַלינס מאַכט האָט מען, בדרך־כּלל, נאָך געקאָנט בלײַבן רעלאַטיוו גרינג אַ פֿרומער ייִד פֿון אַ גאַנץ יאָר. צוליב זײַנע פֿאַרבינדונגען מיטן זעקסטן ליובאַוויטשער רבין, יוסף־יצחק שניאורסאָן, האָט ער אָבער געליטן פֿון מלוכישע חשדים און רדיפֿות. אין 1927 איז דער רבי פֿאַרמישפּט געוואָרן צו טויט־שטראָף פֿאַר זײַנע שאַרפֿע און אָפֿענע אַנטי־סאָוועטישע דעות, געבליבן לעבן צוליב אַ ממשותדיקן אינטערנאַציאָנאַלן דרוק אויף דער סאָוועטישער רעגירונג און איז אַוועקגעפֿאָרן פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד קיין לעטלאַנד אין 1928. אין פֿאַרגלײַך מיט אַ טייל אַנדערע קהילות, האָבן זיך בײַ די ליובאַוויטשער חסידים געשאַפֿן גאָר שווערע באַציִונגען מיט דער סאָוועטישער מאַכט.
אינעם יאָר 1933 האָט מען געגעבן מעדאַליע די פּרעסטיזשפֿולע רבנות־פּאָזיציע אין דער מאָסקווער כאָר־שיל. פֿאַקטיש האָט עס געמיינט, אַז ער איז געוואָרן דער הויפּט־רבֿ פֿונעם גאַנצן ראַטן־פֿאַרבאַנד. מיט 5 יאָר שפּעטער איז ער אָבער אַרעסטירט געוואָרן ווי אַנטי־סאָוועטישע אַגענט, צוליב זײַנע פֿאַרבינדונגען מיט די אויסלענדישע חסידים, און דערשאָסן געוואָרן דעם 26סטן אַפּריל, 1938. מיט 20 יאָר שפּעטער, נאָך סטאַלינס טויט, האָט די סאָוועטישע רעגירונג אָנערקענט זײַן אומשולדיקייט. זײַן זון, הרבֿ משה מעדאַליע, איז אויך דערשאָסן געוואָרן אינעם „גולאַג‟ אין 1938. זײַן אַנדערער זון, הלל מעדאַליע, איז באַצײַטנס אַנטלאָפֿן פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד און געדינט ווי דער הויפּט־רבֿ אין אַנטווערפּן.
די עקספּאָנאַטן אויף דער נײַער אויסשטעלונג זענען געזאַמלט געוואָרן פֿון די מוזייען, אַרכיוון און פּריוואַטע קאָלעקציעס פֿון דער משפּחה. מיט אָנדערהאַלבן יאָר צוריק זענען די מאַטעריאַלן געוויזן געוואָרן אינעם מאָסקווער „ייִדישן מוזיי און מוזיי פֿון טאָלעראַנץ‟. דער ביטערער גורל פֿון דער רבנישער דינאַסטיע דערמאָנט אונדז, אַז נישט געקוקט אויף די סכּנותדיקע און שווערע סיטואַציעס, זענען אַ טייל ייִדן געבליבן פֿרום.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.