נאָך מער ווי 18 חדשים פֿון צוגרייטונגען און האָרעוואַניע האָט דער „ייִדישער ביכער־צענטער‟ אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס לאַנצירט אַ נײַע וועבזײַט.
כאָטש די פֿאַרשידענע מאַטעריאַלן פֿון דער קאָלעקציע בײַם „ביכער־צענטער‟ זענען פֿריִער געווען צוטריטלעך אויף דער אינטערנעץ, זענען די דאָזיקע קולטורעלע אוצרות איצט אַ סך גרינגער צו געפֿינען. מיט איין זוך אויפֿן נײַעם וועבזײַטל קען מען, למשל, געפֿינען אַלע 30 ביכער פֿון אַבֿרהם סוצקעווער, ווי אויך 10 רעקאָרדירונגען, אין וועלכע ער לייענט פֿאָר זײַנע ווערק, 3 רעקאָרדירונגען, אין וועלכע אַנדערע לייענען פֿאָר זײַנע ווערק און 10 „געשיכטע בעל־פּה אינטערוויוען‟, אין וועלכע מע רעדט וועגן אים. פֿריִער האָט מען געדאַרפֿט זוכן אין אַ באַזונדער אָרט פֿאַר יעדן סאָרט מאַטעריאַל. בסך־הכּל פֿאַרמאָגט די קאָלעקציע 11,492 ביכער, 139 קלאַנג־ביכער, 752 רעקאָרדירונגען פֿון עפֿנטלעכע פּראָגראַמען בײַ דער „ייִדישער פֿאָלקס־ביבליאָטעק‟ פֿון מאָנטרעאָל און מער ווי 2,400 אויסצוגן פֿון „געשיכטע בעל־פּה אינטערוויוען‟.
נאָך דער פֿאַרבעסערטער זוך־פֿונקציע פֿאַרמאָגט די נײַע וועבזײַט באַזונדערע זאַמלונגען פֿון קינדער־ביכער און יזכּור־ביכער, ווי אויך עסייען, געשאַפֿן פֿון ד׳׳ר איתן קענסקי וועגן ייִדישע שרײַבער. די עסייען, סטיליסטיש ענלעך צו די אַרטיקלען פֿונעם זשורנאַל „אין געוועב‟, שטעלן מיט זיך פֿאָר אינפֿאָרמאַציע וועגן פֿאַרשידענע דיכטער, צוזאַמען מיט אויסצוגן פֿון קלאַנג־ און פֿילם־רעקאָרדירונגען פֿונעם „ביכער־צענטערס‟־אַרכיוו. דער עסיי וועגן איציק מאַנגער, למשל, שטעלט פֿאָר רעקאָרדירונגען פֿונעם דיכטער, אינטערווויען וועגן דער השפּעה, וואָס זײַנע ווערק האָבן געהאַט אויף אַנדערע, און אַן אַרטיקל פֿונעם אָרגאַן פֿונעם „ביכער־צענטער‟ „פּאַקן־טרעגער‟, וועגן זײַנע לידער.
כאָטש די נײַע וועבזײַט האָט נאָך אַלץ געוויסע חסרונות (די גרעסטע: אַז מע זוכט אויף ייִדיש באַקומט מען ניט די זעלביקע רעזולטאַטן, ווי ווען מע זוכט אויף ענגליש), איז עס אַ ריזיקער טריט פֿאָרויס פֿאַרן „ביכער־צענטער‟. די קאָלעקציע פֿונעם „ביכער־צענטער‟ בכלל און די רעקאָרדירונגען פֿון הונדערטער ייִדישע שרײַבער בפֿרט זענען אַן אוניקאַלער אוצר, מיט וועלכן דער ברייטערער עולם מוז זיך באַקענען. אַ דאַנק דער נײַער וועבזײַט, זענען אָט די אוצרות אַ סך מער צוטריטלעך.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.