מיט עטלעכע חדשים צוריק, האָט ייִוו״אָ אַרויסגעגעבן איוו יאָכנאָוויצס ענגלישע איבערזעצונג פֿון פֿאַניע לעוואַנדאָס בוך פֿון 400 וועגעטאַרישע רעצעפּטן, לכתּחילה פֿאַרעפֿנטלעכט אויף ייִדיש אין ווילנע פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה. די וועבזײַט פֿון ייִוו״אָ האָט איבערגעגעבן, אַז דעם 6טן פֿעברואַר האָט דער קראָקער ייִדישער קאַפֿע־קלוב „חדר‟ דורכגעפֿירט די צווייטע סעריע קולינאַרישע לימודים אויפֿן סמך פֿון די דאָזיקע רעצעפּטן, וואָס בלײַבן נאָך אַלץ גאַנץ אַקטועל און חידושדיק.
בעת די נײַע לימודים, האָט די בלאָגערין אָלאַ מילטש צוגעגרייט אַ ריי רעצעפּטן, באַגרינדעט אויף די ידיעות פֿון לעוואַנדאָס בוך, און האָט דערציילט וועגן דער דאָזיקער אונטערנעמונג אויף איר אייגענער וועבזײַט, באַגלייט מיט אַ צאָל פֿאָטאָגראַפֿיעס. 14 באַטייליקטע האָבן זיך צעטיילט אויף קלענערע גרופּעס און האָבן געוויזן, ווי אַזוי פּשוטע פֿרוכטן און גרינסן קאָן מען פֿאַרוואַנדלען אין אַ געשמאַקן וועגעטאַרישן קאַרטאָפֿל־טשאָלנט מיט קוגל, צימעס און פֿאַרשיידענע דעסערט־נאַשערײַען.
אויפֿן „פֿייסבוק‟־זײַטל פֿונעם קלוב „חדר‟ האָבן די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דער אונטערנעמונג דערמאָנט, אַז די קעכערײַ־מעטאָדן פֿון פֿאַניע לעוואַנדאָ זענען פּשוטע און עקאָנאָמישע, געמאַכט בלויז פֿון די פּראָדוקטן, וואָס זענען געווען גרינג צוטריטלעך אין ליטע פֿאַר דער מלחמה. אין אירע ווינטער־רעצעפּטן, באַנוצט זי זיך בלויז מיט דער סחורה, וואָס איז געווען בנימצא אין די קראָמען אינעם ווינטערדיקן סעזאָן. אין דער הײַנטיקער תּקופֿה פֿון גלאָבאַלער עקאָנאָמיע, ווען כּלערליי פּראָדוקטן, פֿון אַלע לענדער און סעזאָנען, קאָן מען טרעפֿן אויף דער פּאָליצע אין אַ געוויינטלעכער שפּײַז־קראָם, באַקומען די אַלטע רעצעפּטן, דווקא צוליב זייער פּשוטקייט, אַ נײַעם חן.
פֿאַניע לעוואַנדאָ איז געווען די בעל־הביתטע פֿון אַ וועגעטאַרישן רעסטאָראַן אין ווילנע, וועלכע האָט געגרינדעט אַ ספּעציעלע דיעטע־שול פֿאַר פֿרויען, פּאָפּולער צווישן דער ייִדישע אַרטיסטישער און קיסנסטלערישער באָהעמע, אַרײַנגערעכנט מאַרק שאַגאַל. דאָס אָריגינעלע ייִדישע בוך הייסט „וועגעטאַריש דיעטישער קאָך־בוך. 400 שפּײַזן, געמאַכט אויסשליסלעך פֿון גרינסן‟. די זאַלמונג איז אַרויס אין 1938 און געוואָרן אַ דענקמאָל דעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן אין ליטע; די מחברטע און איר מאַן זענען אומגעקומען בעת דער מלחמה.
דער קלוב און קהילה־צענטער „חדר‟ האָט זיך געעפֿנט אינעם יאָר 2008, ווי אַ יונגטלעכער צענטער פֿאַר קראָקעווער ייִדן, וווּ עס ווערן דורכגעפֿירט פֿאַרשיידענע בילדונג־פּראָגראַמען, פֿאַרווײַל־אונטערנעמונגען און באַגעגענישן. זינט 2009 האָט דער קלוב זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ קאַפֿע, וואָס געפֿינט זיך אינעם בנין, וואָס מיט 100 יאָר צוריק איז געווען די שיל „חבֿרה נר תּמיד‟. הײַנט האָט דער קלוב אַ וועלטלעכן שם; למשל, די אַנומלטיקע קעכערײַ־פּראָגראַם איז פֿאָרגעקומען שבת. דעם קומענדיקן פֿרײַטיק בײַנאַכט, דעם 19טן פֿעברואַר, וועט דאָרטן פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿונעם ירושלימער־בערלינער מוזיקער אורי אַלבוחר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.