צווישן די הויפּט־ידיעות פֿון ייִדישן לעבן אין רוסלאַנד אין דער פֿאַרגאַנגענער וואָך וואָלט מען ווידער געדאַרפֿט אָנרופֿן די באַגעגענישן מיט ישׂראלדיקע טשינאָווניקעס און געשעפֿטס־לײַט.
די אַמבאַסאַדע פֿון מדינת־ישׂראל אין רוסלאַנד האָט בשותּפֿות מיטן ישׂראלדיקן און רוסלענדישן געשעפֿטס־ראַט אָרגאַניזירט אַ „געשעפֿט־פֿרישטיק‟, געווידמעט דער מיטאַרבעט פֿון די צוויי לענדער — רוסלאַנד און ישׂראל אין דער ספֿערע פֿון לאַנדווירטשאַפֿט. די הויפּט־טעמע איז געווען אינאָוואַציעס אין לאַנדווירטשאַפֿט, וווּ ישׂראל געפֿינט זיך צווישן די ערשטע אויף דער וועלט.
אין דער באַגעגעניש האָבן אָנטייל גענומען די מיניסטאָרן פֿון לאַנדווירטשאַפֿט פֿון די ביידע לענדער און פֿון מערערע רוסלענדישע רעגיאָנען, דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדאָר אין רוסלאַנד און עטלעכע טשינאָווניקעס און געשעפֿטס־לײַט. מע האָט באַשטימט אַ פּראָיעקט פֿון שאַפֿן אין רוסלאַנד אַ בשותּפֿותדיקן צענטער פֿון סעלעקציע און גענעטישע פֿאָרשונגען אין לאַנדווירטשאַפֿט. די באַטייליקטע פֿון דער באַגעגעניש זאָגן צו, אַז אַלע דאָקומענטן וועלן באַלד זײַן צוגעגרייט; אין צוויי וואָכן אַרום וועלן ביידע לענדער שוין אונטערשרײַבן אַן אָפּמאַך אין דעם געביט. דעם צענטער פּלאַנירט מען אויפֿצובויען אין מאָסקווער געגנט, און זײַן ערשטע אויפֿגאַבע וועט זײַן צו פֿאַרגרעסערן אַ געזונטן קעפּ־באַשטאַנד פֿון רינדער.
אינעם קולטור־צענטער בײַ דער אַמבאַסאַדע פֿון מדינת־ישׂראל איז אָרגאַניזירט געוואָרן אַ באַגעגעניש מיטן עקספּערט אין ווירוס־מאַרקעטינג, מאַרק ווײַצמאַן, וואָס איז ספּעציעל געקומען פֿון ישׂראל. ער האָט דערציילט וועגן דער דערשײַנונג גופֿא און ווי אַזוי צו פֿאַרדינען מיט דער הילף פֿון ווירוס־מאַרקעטינג.
אינעם נײַעם מאָסקווער ייִדישן מוזיי האָט מען זונטיק דעם 14טן פֿעברואַר דורכגעפֿירט אַן אומגעוויינטלעכע עקסקורסיע, וואָס האָט געהייסן, „פּאָפּולערע מעכאַניק‟. די וועגווײַזער האָבן געוויזן דאָס אינעווייניקסטע לעבן פֿונעם מוזיי, וואָס איז אומזעבאַר פֿאַר די באַזוכער: פֿאָנדן און די אַרבעט מיט עקספּאָנאַטן און זאַמלונגען, דעם פֿאָרשונג־צענטער און זײַן טעטיקייט, די ביבליאָטעק. מע האָט אויך דערציילט וועגן דער געשיכטע פֿון דער עקספּאָזיציע און פֿון די אויסשטעלונגען, וועגן דעם ווי עס איז פֿאַנאַנדערגעאַרבעט געוואָרן די קאָנצעפּציע פֿון ייִדישער געשיכטע, וואָס אויף איר האָט זיך באַזירט די עקספּאָזיציע.
דעם 15טן פֿעברואַר האָט דער מוזיי אָרגאַניזירט אַ באַגעגעניש מיטן פּאָפּולערסטן מחבר, וואָס שרײַבט ייִדישע רעליגיעזע ביכער אויף רוסיש און רעדאַגירט מאָדערנע רוסישע אויסגאַבעס פֿון כּתבֿי־קודש, פּנחס פּאָלאָנסקי. ער האָט געהאַלטן אַ רעפֿעראַט אויף דער טעמע, „יהדות אין דער תּקופֿה פֿון פּאָסט־מאָדערניזם‟. נאָך דעם האָט ער פֿאָרגעשטעלט זײַנע נײַע ביכער.
אַ ידיעה פֿון זשוקאָווקע לעבן מאָסקווע, וווּ עס האָט זיך אַנומלט געעפֿנט אַ נײַער ייִדישער קהילה־צענטער מיט אַ שיל. פֿינאַנצירט דאָס בויען האָבן די היגע ייִדישע געשעפֿטס־לײַט. אויף דער עפֿענונג־צערעמאָניע מיט עטלעכע חדשים צוריק האָבן די בעלי־בתּים צוגעזאָגט צו פֿאַרוואַנדלען די נײַע געבײַדע אין אַ וויכטיק אָרט פֿאַר ייִדישער קולטור, און איצט טוען זיי די ערשטע טריט פֿאַר דעם. דעם 17טן פֿעברואַר איז אין זשוקאָווקע פֿאָרגעקומען אַ קאָנצערט פֿון פּיטער בענס, דעם באַרימטן קאָמפּאָזיטאָר און מוזיקער.
און די לעצטע ידיעה קומט פֿון וואָלגאָגראַד, אַ שטאָט אין דרום־רוסלאַנד, וואָס האָט אין די סאָוועטישע צײַטן געהייסן סטאַלינגראַד. אין וואָלגאָגראַדער ייִׅדישן קהילה־צענטער איז פֿאָרגעקומען אַן אָוונט לכּבֿוד דעם 73סטן יאָרטאָג פֿון סטאַלינגראַדער שלאַכט. צווישן די געסט זענען געווען די געוועזענע יונגע קאַצעטניקעס פֿון נאַציסטישע לאַגערן און די עדות פֿונעם שלאַכט. פֿאַר זיי האָט מען אָרגאַניזירט אַ קאָנצערט פֿון מלחמה־לידער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.