ייִדיש־פֿעסטיוואַל אין תּל־אָבֿיבֿ

Yiddish Festival in Tel Aviv

„קאַיאַ‟, איינע פֿון די זינגערינס אויפֿן אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־פֿעסטיוואַל אין תּל־אָבֿיבֿ, אין 2015
YouTube
„קאַיאַ‟, איינע פֿון די זינגערינס אויפֿן אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־פֿעסטיוואַל אין תּל־אָבֿיבֿ, אין 2015

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published February 19, 2016, issue of March 18, 2016.

פֿונעם 24סטן ביזן 26סטן אַפּריל, פּסח־צײַט, וועט אין תּל־אָבֿיבֿ פֿאָרקומען אַן אינטערנאַציאָנאַלער ייִדיש־פֿעסטיוואַל, וווּ מע וועט קענען הערן ייִדיש געזאַנג פֿון מוזיקער און זינגער פֿון איבער דער וועלט.

דער פֿעסטיוואַל, וואָס איז צום ערשטן מאָל דורכגעפֿירט געוואָרן פֿאַראַיאָרן — אויך פּסח־צײַט — ווערט געשטיצט פֿונעם „צענטער פֿון טאַנץ און טעאַטער אויפֿן נאָמען פֿון סוזאַן דלל‟. דער ציל איז צוצוציִען יענע מוזיקער, וואָס קענען פֿאָרשטעלן אַלטע ייִדישע לידער אויף אַ מאָדערנעם נוסח, צי דאָס איז דזשעז, פּאָפּ, טעכנאָ צי אַן אַנדער הײַנטצײַטיקער מוזיקאַלישן סטיל.

הגם דער „סוזאַן דלל צענטער‟ האָט נאָך נישט מודיע געווען, וועלכע זינגער און מוזיקער וועלן אויפֿטרעטן אויפֿן הײַיאָריקן פֿעסטיוואַל, קען מען זען פֿון די באַריכטן פֿונעם פֿאַריאָיאָריקן פֿעסטיוואַל, אַז די אָרגאַניזירער זוכן טאַקע אַ כּוללדיקע פּראָגראַם פֿון ייִדיש געזאַנג.

איינע פֿון די זינגער, וואָס האָבן אויפֿגעטראָטן אין 2015 איז געווען די פּאָפּולערע פּוילישע זינגערין און לידער־שרײַבערין, „קאַיאַ‟ (Kayah), וואָס האָט במשך פֿון די לעצטע יאָרן זיך שטאַרק פֿאַראינטערעסירט מיט ייִדישע, העברעיִשע און לאַדינאָ לידער. אַ ווידעאָ פֿון יענעם פֿעסטיוואַל, אַרויסגעגעבן פֿונעם „סוזאַן דלל צענטער‟, גיט איבער אַ מאָנטאַזש פֿון די הויכפּונקטן פֿונעם פֿעסטיוואַל, באַגלייט פֿון „קאַיאַ‟ אַליין, ווי זי זינגט „יאָסעלע, מײַן קרוין‟.

צווישן די אַנדערע באַטייליקטע פֿאַראַיאָרן: בענטע קאַהאַן, די נאָרוועגיש־געבוירענע ייִדישע זינגערין, וועלכע וווינט און אַרבעט הײַנט אין ווראָצלאַוו, פּוילן, האָט פֿאָרגעשטעלט אַלטע לידער אויף ייִדיש, וואָס שטאַמען פֿונעם 13טן יאָרהונדערט, צונויפֿגעפֿלאָכטן מיט איר אייגענער אומגעוויינטלעכער לעבנס־געשיכטע; די שוועדישע קלעזמער־גרופּע Louisa Lyne & the Yiddish Kapelye; דער „שפּילבערג קלעזמער אַנסאַמבל‟ מיט מענדי כּהנא, אַבֿישי פֿיש און סוועטלאַנאַ קונדיש, וואָס האָבן געזונגען אַלטע ישׂראלדיקע לידער אויף ייִדיש; אורה זיטנער, וועלכע האָט אויסגעזונגען די לידער פֿון איציק מאַנגער; און אויך דורי ענגעל און מירי ראַגענדאָרפֿער, וועלכע האָבן אויפֿגעטראָטן מיט ליבע־לידער און הומאָריסטישע סקיצעס, פּראָדוצירט דורכן „ייִדישפּיל־טעאַטער‟. דערצו האָט יעד בירן געפֿירט די באַזוכער אויף אַ טור, פֿאַרבונדן מיט דער פֿילפֿאַרביקער געשיכטע פֿון ייִדיש אין דער תּל־אָבֿיבֿער־יפֿה געגנט.