דעם 16טן יאַנואַר איז אין באָסטאָן, בײַ 85 יאָר, ניפֿטר געוואָרן יעפֿים ניעפּלאָכאָוו — אַ גרויסער סאָוועטישער וויסנשאַפֿטלער, וועלכער איז נאָכן אָנקומען קיין אַמעריקע געוואָרן אַ באַקאַנטער טוער פֿון דער אָרטיקער ייִדישער קהילה און רוסיש־שפּראַכיקער סבֿיבֿה.
צווישן די פּראָמינענטע וויסנשאַפֿטלער, וועלכע האָבן געאַרבעט אין „לעטי‟, דעם לענינגראַדער עלעקטרע־טעכנישן אינסטיטוט, איז געווען עפֿים נעפּלאָכאָוו, וועלכער האָט אינעם יאָר 1978 באַקומען אַ „לענין־פּרעמיע‟, די העכסטע אינעם לאַנד, פֿאַר זײַן ראָלע אינעם שאַפֿן אַן אוניקאַלן טעלעסקאָפּ, דעם גרעסטן און בעסטן אין דער וועלט, מיט אַ זעקס־מעטערדיקן שפּיגל און אַן אויטאָמאַטישער קאָנטראָל־סיסטעם. די ריזיקע אָפּטישע אויסשטאַטונג האָט געווויגן בערך 1,000 טאָן. כּדי אויסצושלײַפֿן דעם 42־טאָניקן שפּיגל, האָט מען אויסגענוצט 15,000 קאַראַט דימענטן. אין יענער תּקופֿה האָט קיינער, אַרײַנגערעכנט די אַמעריקאַנער, נישט געקאָנט זיך פֿאַרמעסטן מיטן דאָזיקן פּערל פֿון סאָוועטישער וויסנשאַפֿט.
אין 1996 איז ניעפּלאָכאָוו אַוועקגעפֿאָרן קיין אַמעריקע און זיך באַזעצט מיט זײַן פֿרוי און טאָכטער לענע, אַ באַגאַבטע פּיאַניסטקע, אין באָסטאָן — אַ גרויסער אינטעלעקטועלער און אַקאַדעמישער צענטער, וווּ עס וווינען אַ ריי נאָבעל־לאַורעאַטן. עס קאָן אָבער זײַן, אַז ער איז דער איינציקער באָסטאָנער, וועלכער האָט אַמאָל פֿאַרדינט די לענין־פּרעמיע, זײַענדיק צווישן דער קליינער צאָל ייִדן, בפֿרט יונגע, נישט זײַענדיק קיין מיטגליד פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי, וועלכע האָבן זוכה געווען צו באַקומען אַזאַ באַלוינונג אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד.
דער וויסנשאַפֿטלער איז געבוירן געוואָרן אין כאַרקאָוו, אוקראַיִנע, אינעם יאָר 1930. זײַן זיידע פֿון מאַמעס צד האָט געדינט אין ווײַסרוסלאַנד ווי אַ רבֿ. זײַן טאַטע, מאיר, איז געווען אַ טאַלאַנטירטער אַקטיאָר און זינגער, וועלכער האָט געשפּילט אויף ייִדיש אין אַמאַטאָרישע ספּעקטאַקלען. דער זון האָט זייער ליב געהאַט די שפּראַך און געקענט אַ סך ייִדישע לידער; ער האָט שטאָלצירט, אַז זײַן טאָכטער האָט געזונגען אין לענינגראַד אינעם ערשטן ייִדישן אַנסאַמבל פֿון קאַמער־מוזיק „ניגון‟, וועלכן זי אַליין האָט געגרינדעט אין די „פּערעסטרויקע‟־יאָרן.
בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט זיך דער משפּחה אײַנגעגעבן, צום גליק, זיך צו ראַטעווען פֿון דער לענינגראַדער בלאָקאַדע. שפּעטער, האָט מען אים אָפּגעזאָגט אָנצונעמען אינעם לענינגראַדער אוניווערסיטעט, צוליב דער אַנטיסעמיטישער פּאָליטיק אין געוויסע סאָוועטישע בילדונג־אַנשטאַלטן; דערפֿאַר איז ער געגאַנגען זיך לערנען אין „לעטי‟, וווּ ער איז שפּעטער געוואָרן אַ פּראָפֿעסאָר. דעם טעלעסקאָפּ БТА-6 האָט ער אָנגעהויבן בויען, ווען ער איז געווען אַ יונגער 28־יאָריקער וויסנשאַפֿטלער. לעאָניד ברעזשניעוו אַליין האָט זיך אינטערעסירט מיט זײַן וויכטיקער פֿאָרשערישער טעטיקייט.
זײַנע לעצטע 20 יאָר האָט ניעפּלאָכאָוו אָפּגעלעבט אין באָסטאָן. די נײַע שטאָט איז אים געפֿעלן געוואָרן. מיט זײַן משפּחה האָבן מיר כּסדר פֿאַרבראַכט. דער וויסנשאַפֿטלער האָט אָפֿט און אינטערעסאַנט גערעדט וועגן די טעלעסקאָפּן, די מיסטעריעזע פֿינצטערע מאַטעריע און ענערגיע, די מאַפּע פֿונעם מילכוועג און גראַוויטאַציאָנעלע כוואַליעס, וועלכע אַלבערט אײַנשטיין האָט פֿאָרויסגעזאָגט נאָך מיט 100 יאָר צוריק. נעפּלאָך — ווי ער האָט געביטן זײַן פֿאַמיליע־נאָמען אויף אַ מער אַמעריקאַנישן שטייגער — האָט געגלייבט, אַז אין גיכן וועלן די וויסנשאַפֿטלער אַנטדעקן די דאָזיקע כוואַליעס און אַפֿילו הערן זיי, ווי דאָס טשיריקען פֿון פֿייגל. דאָס וועט זײַן, ווי ניעפּלאָכאָוו האָט באַטאָנט, אַ גרויסע סענסאַציע.
איז וואָס זשע געשעט? הײַנט, גלײַך נאָך זײַן פּטירה, האָבן די וויסנשאַפֿטלער איבערגעגעבן, אַז זיי האָט זיך טאַקע אײַנגעגעבן צום ערשטן מאָל צו דעטעקטירן די גראַוויטאַציאָנעלע כוואַליעס און טאַקע דערהערן זייער „טשיריקען‟. אַ וויכטיקער מאָמענט אין אײַנשטיינס טעאָריע איז באַשטעטיקט געוואָרן, און יעפֿים ניעפּלאָכאָוו האָט עס ריכטיק פֿאָרויסגעזאָגט. באָסטאָן האָט אָבער פֿאַרלוירן אַ פּראָמינענטע פּערזענלעכקייט, באַקאַנט ווי אַ טיף ערלעכער מענטש מיט אַ שאַרפֿן חוש אויף הומאָר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.