ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס

News from Buenos Aires

אפֿרים זוראָף, דער דירעקטאָר פֿון װיזענטאַל־צענטער
אפֿרים זוראָף, דער דירעקטאָר פֿון װיזענטאַל־צענטער

פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים

Published February 19, 2016, issue of March 18, 2016.

די ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

היטלער איז טויט!

דער דירעקטאָר פֿון װיזענטאַל־צענטער, אפֿרים זוראָף, האָט מאָנטיק, דעם 15טן פֿעברואַר, רעפֿערירט אויף די פֿאָרשונגען, װאָס מען האָט לעצטנס פּובליקירט, אַז היטלער איז אַנטלאָפֿן קיין דרום־אַמעריקע און געלעבט אין באַרילאָטשע, אַרגענטינע, און געשטאָרבן און באַערדיקט געװאָרן אין אַסונסיאָן, פּאַראַגװײַ. ער האָט דערקלערט, אַז ער גלייבט נישט, אַז ער זאָל זיך האָבן באַזעצט אין אַרגענטינע. ער האָט אויך געלייקנט אָט־די אויספֿירן פֿון אַ דאָקומענטאַרן פֿילם פֿון „היסטאָרי טשאַנעל‟, װײַל עס זײַנען ניטאָ קיין שום ראַיות װעגן דעם. „איין זאַך איז אָבער קלאָר — היטלער איז טויט‟. האָט ער דערקלערט.


בראַזיל: דער אַנטיסעמיטיזם שטײַגט

דער אינטערנאַציאָנאַלער טאָג צו דערמאָנען דעם חורבן איז אויך דערמאָנט געװאָרן אין סאַן־פּאַולאָ, בראַזיל, װוּ דער ייִשובֿ האָט דעמאָנסטרירט קעגן שטײַגנדיקן אַנטיסעמיטיזם און אַנטי־ישׂראליזם אין לאַנד, װאָס באַאומרויִקט אַלע פֿאַקטאָרן. ניט־ייִדישע פֿירער האָבן זיך אויך באַטייליקט און קריטיקירט די רעגירונג פֿון דער פּרעזידענטין דילמאַ רוסעף.

די עליה פֿון בראַזיל האָט זיך פֿאַרשטאַרקט דאָס לעצטע יאָר — נישט נאָר איבער עקאָנאָמישע סיבות, האָט דערקלערט דעם 14טן פֿעברואַר דער פֿאָרשטייער פֿון דער ייִדישער אַגענץ אין בראַזיל. דער פּרעסע־סעקרעטאַר יגאל פּלמור האָט אויך דערקלערט, אַז כאָטש אין װענעזועלע האָט זיך די לאַגע אַ ביסל פֿאַרבעסערט, דאָך, דערװאַרט מען אַ העכערונג אין דער צאָל עולים. אַן אַטאַקע אויף דער װוינונג פֿון בירגערמײַסטער פֿון דער געגנט „על האַטיליאָ‟, דעם ייִד דוד סמאָליאַנסקי, װוּ מען האָט צעבראָכן שויבן און אויסגעשמירט די װענט מיט אַנטיסעמיטישע אויפֿשריפֿטן, האָט בלויז געהאַט אַן אָפּקלאַנג אין די ייִדישע פּובליקאַציעס.


אַ גאַסט אין „דאַיאַ‟

דניאל שיאָלי, דער קאַנדידאַט פֿון פּעראָניזם, װאָס האָט פֿאַרשפּילט די לעצטע װאַלן, האָט פֿרײַטיק, דעם 12טן פֿעברואַר באַזוכט די „דאַיאַ‟. ער האָט זיך פֿאַראינטערעסירט מיט די פּראָיעקטן פֿון דער אינסטיטוציע און האָט צוגעזאָגט מיטצואַרבעטן מיטן ייִשובֿ. אַ געבוירענער אין דער געגנט װיזשאַ קרעספּאָ, װאָס ייִדן האָבן גערופֿן „װיזשאַ קרעפּל‟, איבער דער גרויסער צאָל ייִדישע אײַנװוינער, איז ער דערצויגן געװאָרן צװישן ייִדישע קינדער, װאָס האָבן זיך געשפּילט מיט איטאַליענער אויף דער גאַס.


אַנטי־ישׂראלדיקע אויפֿשריפֿטן אויפֿן אַמבאַסאַדעס וועבזײַטל

די אָפֿיציעלע װעבזײַט פֿון דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדע אין בוענאָס־אײַרעס איז באַשמוצט געװאָרן מיט אַנטי־ישׂראלדיקע אויפֿשריפֿטן. מען האָט פֿאַרדעקט דעם נאָמען פֿון דער גאַס „עסטאַדאָ דע יסראַעל‟ (מדינת־ישׂראל), װי עס פֿיגורירט אויפֿן פּלאַקאַט, און מען האָט אָנגעגעבן „טעראָריסטישע מדינה פֿון ישׂראל‟. מען האָט באַלד געביטן די װעבזײַט און מען פֿאָרשט אויס דעם ענין.


די שומרים פֿון פּראָקוראָר ניסמאַן שווײַגן

די צוויי שומרים, וואָס האָבן באַדאַרפֿט אָפּהיטן דעם פּראָקוראָר ניסמאַן אין דעם טאָג, װען מען האָט אים געפֿונען אַ טויטן, זײַנען פֿאַררופֿן געװאָרן דורך דער ריכטערין פֿאַביאַנאַ פּאַלמאַגיני, װאָס פֿירט איצט אָן מיט דער אויספֿאָרשונג. דאָס איז געשען צום ערשטן מאָל 13 חדשים נאָך דער געשעעניש. ביידע האָבן זיי זיך צוגעשטעלט און זיך אָפּגעזאָגט צו דערקלערן. דאָס װערט פֿאַררעכנט װי נאָך אַ חשד, אַז די פּאָליציי האָט אין אַ געװיסער מאָס געלאָזט פֿרײַ די דירה פֿאַר דעם פֿאַרברעכן. דער שפּיאָן כאַימע סטיוסאָ האָט צוגעזאָגט, אַז סוף פֿעברואַר װעט ער זיך אומקערן אין לאַנד און דערקלערן אַלץ, װאָס ער װייסט, אויב די ריכטערין װעט אים פֿאַרבעטן דאָס צו טאָן.


אַ פֿאָרשטעלונג פֿאַר קינדער אינעם קהילה־טעאַטער

דער ספּעקטאַקל „מיר פֿאָרן צום ים‟ איז פֿאָרגעשטעלט געװאָרן מיטװאָך דעם 16טן פֿעברואַר, אין קהילה־טעאַטער. דאָס איז אַ פֿאָרשטעלונג פֿאַר קליינװאַרג מיט מעשׂיות, לידער, געזאַנג און טענץ װעגן קינדער, װאָס פֿאָרן אַרויס אויף אַ שיף אין װײַטע װעגן. מיט הומאָר און רירנדיקע מאָמענטן שפּאַצירט מען איבער דער ייִדישער װעלט. דער אַרײַנטריט איז געװען אַ פֿרײַער און דער זאַל איז געװען איבערגעפֿולט.