כּמעט מיט אַ יאָר צוריק, האָט די צײַטונג „האָרץ‟ איבערגעגעבן, אַז די תּל־אָבֿיבֿער מוניציפּאַליטעט איז פּטור געוואָרן פֿון טויזנטער ביכער אויף ייִדיש, וואָס זענען ביז דעמאָלט געלעגן אין איר ביבליאָטעק. דער אַרטיקל האָט געטראָגן דעם צווייפֿלהאַפֿטיקן פּעסעמיסטישן נאָמען „דאָס ענדגילטיקע געזעגענען זיך מיט ייִדיש אין דער ערשטער העברעיִשער שטאָט‟. איצט, ווי אַ מין ענטפֿער, האָט „דזשערוזאַלעם פּאָסט‟ פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַנדער אַרטיקל, פֿון דער אויסטראַליש־געבוירענער ישׂראלדיקער זשורנאַליסטקע גריר פֿיי קאַשמאַן, באַטיטלט „ייִדיש לעבט און בליט אין תּל־אָבֿיבֿ‟, וווּ עס ווערט דערקלערט, אַז די שטאָט איז דווקא איינער פֿון די אַקטיווע און לעבעדיקע ייִדיש־צענטערס אין ישׂראל.
ווען שמואל עצמון האָט געגרינדעט דעם טעאַטער „ייִדישפּיל‟ אין תּל־אָבֿיבֿ, אינעם יאָר 1987, האָבן אַ סך מענטשן געמיינט, אַז די ייִדישע שפּראַך האַלט בײַם אונטערגיין. בלויז אַ קליינע צאָל תּושבֿים פֿון דער שטאָט, על־פּי־רובֿ פֿונעם עלטערן דור, האָבן אָפּגעשאַצט די ספּעקטאַקלען. די ציוניסטן האָבן פֿעסט אײַנגעוואָרצלט אין תּל־אָבֿיבֿ דעם סטערעאָטיפּ, אַז דער „גלות־זשאַרגאָן‟ איז שוין פֿאַרניכטעט געוואָרן בעת דעם חורבן; אויב געוויסע יחידים באַנוצן זיך נאָך דערמיט, איז עס בלויז אַ סימן פֿון גסיסה.
עצמון האָט אָבער געגלייבט, אַז זײַן טעאַטער וועט אַלעמאָל צוציִען אַ ייִדיש־רעדנדיקן עולם; און ער איז געווען גערעכט. דער דעמאָלטיקער ראָש־העיר, שלמה להט, וועלכער האָט אָנגעפֿירט מיט דער תּל-אָבֿיבֿער מוניציפּאַליטעט פֿון 1974 ביז 1993, האָט ליב געהאַט און גוט געקענט ייִדיש. עצמונס איניציאַטיוו איז אים געפֿעלן געוואָרן. געוויסע פֿיגורן אינעם ישׂראלדיקן קולטור־מיניסטעריום האָבן אויך אָפּגעשאַצט און געשטיצט „ייִדישפּיל‟.
עס האָבן זיך געוויזן גענוג ענטוזיאַסטישע יונגע־לײַט, וועלכע האָבן זיך פֿאַראינטערעסירט מיט ייִדיש און אויסגעלערנט די שפּראַך. נאָך אַ סך געראָטענע יאָרן, האָט עצמון, אין 2011, איבערגעגעבן די פֿירערשאַפֿט פֿון זײַן טעאַטער דעם ייִנגערן אַקטיאָר און זינגער שׂשׂי קשת.
דעם 16טן פֿעברואַר איז עצמון אויפֿגעטראָטן מיט דער לעקציע „ווער האָט מורא פֿאַר ייִדיש?‟ אינעם תּל-אָבֿיבֿער „אַרבעטער־רינג‟, באַקאַנט אויף העברעיִש ווי „ברית־העבֿודה‟. זײַן טאָכטער, ענת, האָט געזונגען אויף ייִדיש אויף דער דאָזיקער אונטערנעמונג.
אַחוץ די אָרטיקע ענטוזיאַסטן, וואָס שטרעבן זיך אויסצולערנען די שפּראַך ווי געהעריק, ציט „ייִדישפּיל‟ צו גאָר אַן אַנדער עולם — אַ גאַנצע כוואַליע אימיגראַנטן פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. אין ישׂראל ווערן די „רוסים‟ אַסאָציִיִרט מיט דער רוסישער שפּראַך און טיפֿער אַסימילאַציע. אין דער אמתן, קענען אַ סך פֿון זיי ייִדיש, בפֿרט דער עלטערער נאָכמלחמהדיקער דור. פֿאַר די, וואָס האָבן געהערט די שפּראַך פֿון זיירע באָבע־זיידעס, איז אַ סך גרינגער עס צו פֿאַרשטיין און אויסצולערנען. דווקא צוליב די עולים פֿון די געוועזענע סאָוועטישע רעפּובליקן האָט זיך אין תּל־אָבֿיבֿ געשאַפֿן אַ נײַער גרויסער קרײַז ייִדיש־ליבהאָבער, אויף וועלכן עמצון האָט זיך נישט געריכט, ווען ער האָט געגרינדעט זײַן טעאַטער.
קאַשמאַן באַמערקט אין איר אַרטיקל, אַז ווען דוד בן־גוריון איז געוואָרן דער ערשטער ישׂראלדיקער פּרעמיער־מיניסטער, האָט ער צוערשט אָפֿיציעל פֿאַרווערט ייִדיש. דער פֿאַרברענטער העברעיִסט איז געווען זיכער, אַז במשך פֿון איין דור וועט דער „זשאַרגאָן‟ פֿאַרשווינדן. בן־גוריון איז געשטאָרבן אין 1973; וואָס וואָלט ער הײַנט געזאָגט, ווען ער וואָלט דערזען, אַז דווקא אין די לעצטע 25 יאָר האָט ייִדיש אָנגעהויבן זיך ווידער צעבליִען אין זײַן לאַנד, אין אַ גרויסער מאָס, אַ דאַנק די רוסישע עולים?
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.