אַן אָפּטייל, געווידמעט דער ייִדישער קולטור אינעם „וויסקאָנסאָנער אוניווערסיטעט‟, האָט לעצטנס אָנגעהויבן אַ חודשלעכן שמועסקרײַז אויף ייִדיש און אַ ציקל לעקציעס און מוזיקאַלישע פֿאָרשטעלונגען אין שײַכות מיט דער ייִדישער קולטור, לכּבֿוד דעם 100סטן יאָר זינט דעם ערשטן ייִדיש־קלאַס אינעם אוניווערסיטעט.
דער קלאַס, וואָס איז געלערנט געוואָרן פֿונעם אַמאָליקן פּראָפֿעסאָר לויִ בערנאַרד וואָלפֿענסאָן, איז פֿאַקטיש געווען דער ערשטער און איינציקער אוניווערסיטעט־קורס פֿון ייִדיש איבערן גאַנצן לאַנד ביז 1948, האָט דער „מיירענט אינסטיטוט פֿון ייִדיש־קולטור‟ בײַם אוניווערסיטעט געמאָלדן אין אַ פּרעסע־קאָמוניקאַט.
וואָלפֿענסאָן, וועלכער איז געבוירן געוואָרן אין לאַקראָס, וויסקאָנסין, אַ קינד פֿון ייִדישע אימיגראַנטן, האָט גראַדויִרט פֿונעם וויסקאָנסאָנער אוניווערסיטעט אין 1901, וווּ ער האָט געגרינדעט די ערשטע געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדישע סטודענטן אויפֿן קאַמפּוס, און באַקענט די סטודענטן מיט דער ייִדישער שפּראַך און קולטור.
„מיר זענען הײַיאָר זייער פֿאַרנומען מיט ייִדיש,‟ האָט הענרי סאַפּאָזניק, דער דירעקטאָר פֿונעם „מיירענט־אינסטיטוט‟ איבערגעגעבן דעם „פֿאָרווערטס‟. אַחוץ דעם שמועסקרײַז, וואָס ער פֿירט אָן מיט זײַן קאָלעגע — ד״ר מאַרק לודען, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון דײַטשער לינגוויסטיק, וואָס ספּעציאַליזירט זיך אין ייִדיש און פּענסילווייניער דײַטש — אָרגאַניזירט סאַפּאָזניק לעקציעס וועגן דער ייִדישער קולטור, און פּראָדוצירט קורצע דאָקומענטאַלע אוידיאָ־פּראָגראַמען פֿאַר דעם וויסקאָנסאָנער עפֿנטלעכן ראַדיאָ, ניצנדיק מאַטעריאַלן פֿון דער „שערי מיירענט זאַמלונג‟ פֿון מער ווי 9,000 רעקאָרדירונגען פֿון ייִדיש געזאַנג.
דער „מיירענט־צענטער‟ האַלט אויך בײַם גרינדן אַ כּוללדיקע וועבזײַט פֿון דער ייִדישער קולטור, ניצנדיק זײַן קלאַנג־אַרכיוו, און גרייט זיך אַרויסצולאָזן אַ ריי אַלטע צילינדער־רעקאָרדירונגען, געמאַכט צווישן 1901 און 1904, אַרײַנגערעכנט די פֿריסטע רעקאָרדירונג פֿון אַבֿרהם גאָלדפֿאַדענס „ראָזשינקעס מיט מאַנדלען‟, וואָס מע האָט ביז איצט געפֿונען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.