אַ נײַער אַרטיקל אויפֿן וועבזײַטל פֿונעם „דיגיטאַלישן ייִדישן טעאַטער־פּראָיעקט‟ פֿונעם היסטאָריקער ד״ר מאָרטין טינג גיט אַן איבערזיכט פֿון דער געשיכטע פֿונעם ייִדישן טעאַטער אין דענמאַרק.
אינעם אַרטיקל דערקלערט טינג, אַז ער האָט זיך אַליין אויסגעלערנט ייִדיש דורכן לייענען די אַמאָליקע „ייִדישע פֿאָלקס־צײַטונג‟, וואָס מע האָט אַרויסגעגעבן טאָג־טעגלעך אין 1914. פֿון דער צײַטונג האָט ד׳׳ר טינג זיך דערוווּסט וועגן די אַמאָליקע ייִדישע פֿאָרשטעלונגען אין דענמאַרק. די אַקטיאָרן מאָריס און גליקע בילאַווסקי, למשל, זענען אויפֿגעטראָטן מיט זייער אייגענער טעאַטער־טרופּע במשך פֿון די יאָרן 1921-1908; און אַנדערע ייִדישע אַקטיאָרן זענען אויך געווען אַקטיוו אין די יאָרן פֿאַר און נאָך דער ערטשער וועלט־מלחמה, ווען מער ווי 10,000 ייִדישע פּליטים זענען געקומען קיין קאָפּענהאַגן. כאָטש ס׳זענען אין יענע יאָרן ניט געווען קיין סך פֿאָרשטעלונגען — בדרך־כּלל, ווייניקער ווי צען אין אַ יאָר — האָבן זיי געשפּילט אַ וויכטיקע געזעלשאַפֿטלעכע ראָלע. אין 1914, למשל, איז שלום־עליכם געקומען צו גאַסט אין קאָפּענהאַגן, און לכּבֿוד זײַן קומען האָט דער אָרטיקער צווײַג פֿונעם „בונד‟ פֿאָרגעשטעלט זײַן פּיעסע „צעזייט און צעשפּרייט‟.
נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה זענען ס׳רובֿ פֿון די פֿאָרשטעלונגען געווען פֿון אויסלענדישע אַרטיסטן, וואָס זענען געקומען ווי אַ טייל פֿון אַ טור. במשך פֿון 1940-1926, למשל, האָט מען 127 מאָל געשפּילט טעאַטער אויף ייִדיש און די טרופּעס זענען געווען כּמעט אויסשליסלעך אויסלענדישע.
אַפֿילו בעת דער דײַטשישער אָקופּאַציע, אָבער, האָט מען נאָך געשפּילט ייִדישן טעאַטער. נאָך דער מלחמה זענען ווײַטער אָנגעגאַנגען פֿאָרשטעלונגען אויף ייִדיש ביז 1956. בסך־הכּל, האָט מען פֿאָרגעשטעלט מער ווי 275 באַזונדערע פּיעסעס אויף ייִדיש אין דענמאַרק.
ד״ר טינגס בוך וועגן דער געשיכטע פֿונעם ייִדישן טעאַטער־וועזן אין דענמאַרק קען מען לייענען אויף דער אינטערנעץ בחינם. דאָס בוך איז בלויז אויף דעניש, אָבער עס פֿאַרמאָגט אַ סך אַמאָליקע פּלאַקאַטן און רעקלאַמעס אויף ייִדיש. //ojs.ruc.dk/index.php/skr/article/view/69/61.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.