אָפֿיציעל ווערט קרית־יואל, וואָס געפֿינט זיך 50 מײַל פֿון מאַנהעטן, און ציילט 20,000 אײַנוווינער, גערעכנט פֿאַר איינעם פֿון די אָרעמסטע, אויב ניט דאָס אָרעמסטע שטעטל אין אַמעריקע. מער ווי 59% פֿון די אָרטיקע אײַנוווינער זענען אָרעם לויט די סטאַנדאַרטן פֿון דער פֿעדעראַלער רעגירונג. די דורכשניטלעכע הכנסה פֿאַר אַ משפּחה איז אין 2014 געווען בלויז $25,795 דאָלאַר, אַן ערך $7,500 אויף אַ מענטש.
ס׳איז אָבער אַ סוד פֿאַר גאַנץ בראָד, אַז ס׳רובֿ משפּחות אין קרית־יואלער זענען ניט באמת אַזוי אָרעם ווי זיי זעען אויס אין דער אָפֿיציעלער סטאַטיסטיק, ווײַל ריזיקע צדקה־אָרגאַניזאַציעס שטיצן אונטער דעם וווילזײַן פֿון דער קהילה. דערצו אַרבעטן אַ סך פֿון די אָרטיקע מענטשן „אונטער דער טיש‟, דאָס הייסט, אַז זיי ווערן באַצאָלט מיט מזומן־געלט, כּדי אויסצומײַדן די שטײַערן.
אַפֿילו אַז מע נעמט אין באַטראַכט, אַז דאָס שטעטל איז ניט באמת אַזוי אָרעם, ווי עס זעט אויס, איז עס אָבער נאָך אַלץ אַ געוואַלדיקע איבערראַשונג זיך צו דערוויסן, וויפֿל געלט עס פֿאַרדינען אַ טייל פֿון די אָרטיקע שטעטל־באַאַמטע. לויט אַן אויספֿאָרשונג פֿונעם וועבזײַטל Suburbanites, וואָס באַציט זיך אָפֿט גאַנץ קריטיש צו די חסידישע קהילות פֿון „אָפּסטייט‟, פֿאַרדינען אַכט פֿון די קרית־יואלער באַאַמטע מער ווי $100,000 אַ יאָר. גדליה סעגעדין, דער „דאָרף־אַדמיניסטראַטאָר‟, האָט פֿאַרדינט אין יאָר 2015 — 194,874 דאָלאַר. זײַן געהאַלט, צוזאַמען מיט די שׂכירות פֿון די 10 אַנדערע, צום בעסטן־באַצאָלטע אָנגעשטעלטע פֿונעם שטעטל, האָט פֿאַראַיאָרן דערגרייכט 1.27 מיליאָן דאָלאַר. וויפֿל געלט עס האָט באַקומען דער לאַנג־יאָריקן מעיאָר פֿונעם שטעטל, אַבֿרהם ווידער, האָט דאָס שטעטל ניט פֿאַרעפֿנטלעכט.
די רעגירונג פֿונעם שטעטל איז ניט דער איינציקער אַרבעט־געבער אין קרית־יואל, וואָס שטעלט צו זײַנע אָנגעשטעלטע גאָר הויכע געהאַלטן. דער עפֿנטלעכער שול־דיסטריקט פֿונעם שטעטל, וואָס דערציט 250 אינטעלעקטועל־צוריקגעשטאַנענע חסידישע קינדער, האָט פֿאַראַיאָרן באַצאָלט זײַן הויפּט־דירעקטאָר, יואל פּעטלין, $194,217 דאָלאַר. 13 אַנדערע אָנגעשטעלטע פֿונעם דיסטריקט האָבן פֿאַראַיאָרן פֿאַרדינט מער ווי $100,000. די שׂכירות זענען גאָר הויך, ווען מע נעמט אין באַטראַכט, אַז דער גאַנצער דיסטריקט דערציט בלויז 250 קינדער. אינעם דערבײַיִקן שול־דיסטריקט פֿון „מאָנראָ־וווּדבערי‟, למשל, פֿאַרדינט די הויפּט־דירעקטאָרשע, עלזע ראָדריגעס, כּמעט דעם זעלביקן געהאַלט, ניט געקוקט אויף דעם, וואָס איר דיסטריקט דערציט אַרום 6,900 שילער. דאָס הייסט, אַרום 28 מער שילער, ווי אין קרית־יואל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.