נישט לאַנג צוריק האָט זיך אויף דער באַקאַנטער פֿרומער שמועס־וועבזײַט „קאַווע־שטיבל‟ אָנגעהויבן אַ באַלערנדיקע דיסקוסיע אויף ייִדיש וועגן פֿאַרשיידענע זעלטענע ייִדישע ביכער, וואָס מע קאָן קויפֿן אויף דער אינטערנעץ אָדער אַראָפּלאָדן פֿרײַ פֿון אָפּצאָל.
איינער פֿון די מיטשמועסער, וואָס שרײַבט אונטערן פּען־נאָמען „ליטוואַק פֿון בודאַפּעשט‟, האָט איבערגעגעבן, אַז ער פֿאַרקויפֿט פֿאַרשיידענע אַלטע ביכער און ספֿרים אין אַ פּאַפּיר־פֿאָרעם דורך דער פֿירמע „אַמאַזאָן‟. איין בוך שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ זאַמלונג פֿון אויסגעקליבענע אַרטיקלען און, וואָס אַ געוויסער שרײַבער פֿונעם „קאַווע־שטיבל‟ האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אויף דער דאָזיקער וועבזײַט אונטערן פּסעוודאָנים „שש משזר‟. דאָס נײַע ביכל איז אַרויס אין דעצעמבער און הייסט, „פּנינים שזורים‟.
ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז אַחוץ אַן אַנדער בוך — פֿרומע מעשׂיות וועגן דעם הייליקן בעש״ט און חסידישע צדיקים פֿון דער סלאָנימער דינאַסטיע — האָט דער זעלבער „ליטוואַק פֿון בודאַפּעשט‟ אויסגעשטעלט צו פֿאַרקויפֿן אויפֿן „אַמאַזאָן‟ שלום אַשס ראָמאַן „דער תּהילים־ייִד‟. לויט זײַן מיינונג, האָט דער שרײַבער געהאַט אין זינען רבי יחיאל־מאיר גאָסטינינער, אַ באַרימטער פּוילישער צדיק. די ליטעראַטור־קריטיקער האַלטן אָבער, אַז אינעם דאָזיקן ראָמאַן, וועלכן אַש האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אין 1934, דריקט דער מחבר אויס זײַנע אייגענע געדאַנקען וועגן אמונה.
די אַנדערע באַטייליקטע אין דער דיסקוסיע האָבן געוויזן, וווּ מע קאָן אַראָפּלאָדן פֿאַרשיידענע ביכער, וואָס האָבן צו טאָן מיט פֿרומע ענינים, אויף דער וועבזײַט פֿון דער „ייִדישער ביכער־צענטראַלע‟. שפּעטער, האָט דער „ליטוואַק פֿון בודאַפּעשט‟ איבערגעגעבן, אַז ער האָט אויך אַרויסגעשטעלט אויפֿן „אַמאַזאָן‟ ישׂראל־יהושע זינגערס ראָמאַן „פֿון אַ וועלט, וואָס איז נישטאָ מער‟. אַן אַנדער בוך אין דער „אַמאַזאָן‟־זאַמלונג, „מײַן לעבן‟ פֿון זבֿולון קוואַרטין, קאָן מען שוין באַשטעלן בײַ דער „ביכער־צענטראַלע‟.
אויף וויפֿל דער „ליטוואַק פֿון בודאַפּעשט‟ ווייסט, איז דאָס מחברים־רעכט פֿון אַלע אויסגעשטעלטע ביכער שוין לאַנג אויסגעגאַנגען. די הײַנטיקע אינטערנעץ־טעכנאָלאָגיעס דערמעגלעכט גרינג אָפּצומאַכן מיט געוויסע פֿאַרלעגער, וואָס דרוקן אָפּ אַן עקזעמפּלאַר פֿונעם בוך יעדעס מאָל, ווען עמעצער וויל עס באַשטעלן. אַרום אַזעלכע פֿאַרלאַגן האָט זיך לעצטנס געשאַפֿן אַ גאַנצע קולטור פֿון זעלבסט־דרוקערײַ. אינעם „קאַווע־שטיבל‟ פֿאַרזאַמלען זיך אַ סך ליובאַוויטשער און אַנדערע מער „מאָדערניזירטע‟ חסידים, וואָס האָבן נישט מורא צו לייענען די ראָמאַנען פֿון שלום אַש און יצחק באַשעוויס. ווי געזאָגט, האָט די וועבזײַט זיך במשך פֿון דער צײַט אַזוי אַנטוויקלט, אַז פֿון געוויסע אינטערנעץ־דיסקוסיעס קאָן מען צונויפֿשטעלן גאַנצע נײַע ביכער.
דאָס „קאַווע־שטיבל‟ האָט זיך געעפֿנט אין 2012. זינט דעמאָלט, איז עס געוואָרן איינע פֿון די פּאָפּולערסטע וועבזײַטן, וווּ עס ווערן געפֿירט דיסקוסיעס אויפֿן חסידישן ייִדיש. אין פֿאַרגלײַך מיט אַ צאָל אַנדערע שמועס־ערטער, וווּ דער לעבעדיקער גאַסן־ייִדיש בליט אויף דער אינטערנעץ, שיידט זיך די דאָזיקע וועבזײַט אונטער מיט אַ גענוג גרויסן פּראָצענט אינטעלעקטועלע געבילדעטע אַרטיקלען און שמועסן, וואָס זענען צומאָל גובֿר די גרענעץ צווישן דער פֿרומער און וועלטלעכער ייִדישער קולטור. אַזוי צי אַזוי, איז אינטערעסאַנט, אַז דאָס קליינע וועלטל פֿון חסידישע וועבזײַטן אויף ייִדיש צעוואַקסט זיך, נישט געקוקט אויף די שטרעבונגען אין געוויסע חרדישע קרײַזן צו פֿאַרווערן די אינטערנעץ, און הייבט שוין אָן דרוקן אַן אייגענע ליטעראַטור.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.