נישט לאַנג צוריק, האָט די „פֿייסבוק‟־זײַט פֿונעם ייִוואָ־אינסטיטוט פֿאַרשפּרייט אַן אַרטיקל פֿון דער נײַעס־וועבזײַט //narrative.ly/ וועגן דער 71־יאָריקער רות קאָן, וואָס באַדינט די חסידישע ייִדן, שוין במשך פֿון 30 יאָר, ווי אַן איבערזעצערין פֿון ייִדיש אין די ניו־יאָרקער געריכט־אינסטאַנצן.
דעם 22סטן פֿעברואַר האָט די צײַטונג Times of Israel אויך דערציילט וועגן איר.
מיט 15 יאָר צוריק, האָט אַן אַדוואָקאַט פֿאַרבעטן קאָן אים צו העלפֿן. פֿאַרזאָרגט, האָט ער געפֿרעגט, צי זי וועט זיך קאָנען צונויפֿרעדן מיט זײַן קליענט, וואָס רעדט אַ ליטווישן ייִדיש; קאָן אַליין רעדט אויפֿן פּוילישן דיאַלעקט. דעמאָלט האָט די איבערזעצערין געענטפֿערט, אַז ס׳איז אַ מזל צו געפֿינען אין ניו־יאָרק וועלכן־ניט־איז אָפֿיציעלן קענער פֿון ייִדיש. למעשׂה, שיידן זיך נישט פֿאַרשיידענע ייִדישע דיאַלעקטן צו שטאַרק אונטער איינער פֿונעם צווייטן; דער קליענט און די איבערזעצערין האָבן זיך גרינג צונויפֿגערעדט.
זי בלײַבט נאָך אַלץ די איינציקע רעגיסטרירטע ייִדיש־איבערזעצערין פֿאַר די פֿעדעראַלע געריכטן אינעם שטאַט ניו־יאָרק, וווּ בערך 160,000 תּושבֿים רעדן אין דער היים אויף ייִדיש, און אַ ממשותדיקער טייל פֿון זיי קענען קוים פֿאַרשטיין ענגליש. קאָן האָט איבערגעגעבן, אַז לעצטנס אַרבעט זי זעלטן פֿאַר די שטאַט־געריכטן, ווײַל אַפֿילו פֿאַר אַ גאַנצן טאָג צאָלן זיי בלויז 250 דאָלאַר — אין פֿאַרגלײַך מיט 418 דאָלאַר בײַ די פֿעדעראַלע אינסטאַנצן. זי איז אויך אַ פּראָפֿעסיאָנעלע געריכט־איבערזעצערין פֿון העברעיִש און פּויליש. ייִדיש פֿאַרנעמט אָבער בערך 20 פּראָצענט פֿון איר איבערזעצערישער אַרבעט. אַ רעלאַטיוו גרויסן טייל.
קאָן איז געבוירן געוואָרן אין טשעליאַבינסק, רוסלאַנד, בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. איר משפּחה האָט זיך עוואַקויִרט פֿון פּוילן אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. ווען די מלחמה האָט זיך פֿאַרענדיקט, האָט זי זיך גלײַך אומגעקערט מיט די טאַטע־מאַמע קיין פּוילן, זײַענדיק בלויז 5 חדשים אַלט. במשך פֿון אַ סך יאָר, וווינענדיק אין ישׂראל און אין די פֿאַראייניקטע שטאַט, האָט זי זיך זעלטן באַנוצט מיט איר מאַמע־לשון. עס האָט זיך אָבער אַרויסגעוויזן, צו איר חידוש, אַז דאָס קענען די ייִדישע שפּראַך איז נייטיק אין אַן אומגעריכט אָרט — אין דער ניו־יאָרקער געריכט־סיסטעם.
בײַ אַ סך מענטשן רופֿט ייִדיש אַרויס נאָסטאַלגישע געפֿילן און ווערט אַסאָציִיִרט מיט דער אַמאָליקער מיזרח־אייראָפּע און מיט די ווערק פֿון שלום־עליכם. בײַ די ניו־יאָרקער חסידים בלײַבט עס אָבער אַ בליִענדיקע אומגאַנג־שפּראַך, און נישט אַלע הײַנטיקע חסידישע ייִדן זענען גרויסע צדיקים. במשך פֿון איר קאַריערע, האָט קאָן געמוזט איבערזעצן אַ גאַנצע ריי שמועסן אויף ייִדיש, וואָס האָבן געהאַט צו טאָן מיט סעקסועלע באַלעסטיקונגען פֿון קינדער, צומאָל, אויסגעמישט מיט קאָמפּליצירטע גנבֿישע און שווידלערישע געשעפֿטן. לויט קאָנס מיינונג, טרעפֿן זיך צווישן די סאַטמאַרער חסידים באַזונדערס עקלדיקע פּאַרשוינען.
אַ צאָל אַנדערע ענינים האָט געהאַט צו טאָן מיט קאָרופּציע, מיטן צווינגען מענער זיך צו גטן מיט זייערע ווײַבער דורך פּײַניקונגען, אינטערנאַציאָנאַלע געווער־געשעפֿטן און אַנדערע פֿינצטערע מעשׂים. אַזוי צי אַזוי, זעען מיר דאָך, אַז ייִדיש לעבט אינעם הײַנטיקן ניו־יאָרק אַפֿילו אין תּפֿיסות און געריכטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.