דעם 13טן מאַרץ וועט אין דער היסטאָרישער שיל אויף עלדרידזש־סטריט, אינעם דרום־מיזרחדיקן ראַיאָן פֿון מאַנהעטן, פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון אַ כּלי־זמרישן קוואַרטעט, בראָש מיט דער זינגערין עלענאָר ווײַל, וואָס וועט אויפֿטרעטן מיט לידער אויפֿן פּראָוואַנסאַליש־ייִדישן דיאַלעקט און אויף ייִדיש.
ווײַל קומט פֿון דרום־פֿראַנקרײַך, וווינט הײַנט אין ניו־יאָרק, און איז באַקאַנט ווי אַ זינגערין פֿון טראַדיציאָנעלע לידער אויף פֿראַנצויזיש און אָקסיטאַניש. דער צימבאַליסט פּיט רושעפֿסקי איז דער דירעקטאָר פֿונעם ניו־יאָרקער „צענטער פֿון טראַדיציאָנעלער מוזיק און טאַנץ‟, אויך באַקאַנט ווי אַ מיטגליד פֿון כּלי־זמרישע גרופּעס. דער פֿידלער, דזשייק שולמאַן־מענט, איז אַ ניו־יאָרקער קאָמפּאָזיטאָר און עטנאָגראַף. די באַסיסטקע, דזשאָרדאַן מאָרטאָן, וווינט אין ברוקלין און שפּילט סײַ קלאַסישע, סײַ כּלי־זמרישע מוזיק.
אַחוץ די ייִדיש־פּראָוואַנסאַלישע לידער, וועלן די מוזיקאַנטן אויך שפּילן די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדישע מוזיק פֿון רומעניע, מאָלדאָווע און אוקראַיִנע. די ערשטע אָפּגעהיטע טעקסטן אויפֿן ייִדישן דיאַלעקט פֿון פּראָוואַנסאַליש, אָדער שואַדיט, געזען אָנגעשריבן געוואָרן אינעם 11טן יאָרהונדערט. דער לעצטער נאַטירלעכער קענער פֿון דער דאָזיקער שפּראַך, אַרמאַן לונעל, איז געשטאָרבן אין 1977. דאָס וואָרט „שואַדיט‟ מיינט „ייִדיש‟; דער אות „יוד‟ ווערט אין דער דאָזיקער שפּראַך אַרויסגערעדט ווי אַ „שין‟.
בדרך־כּלל, האָט די ייִדישע פֿאָרעם פֿון פּראָוואַנסאַליש — אַ שפּראַך מיט אַרום 350,000 אַקטיווע נאַטירלעכע רעדער — זיך נישט אונטערגעשיידט ממשותדיק פֿונעם אַלגעמיינעם נישט־ייִדישן וואַריאַנט, הגם אין די ייִדיש־פּראָוואַנסאַלישע זמירות, תּפֿילות און אַנדערע רעליגיעזע טעקטסן, אָנגעשריבן מיטן ייִדישן אַלף־בית, טרעפֿט זיך אַ גרויסע צאָל לשון־קודשדיקע ווערטער. פֿונדעסטוועגן, ווי מע ווייסט זינט דעם 16טן יאָרהונדערט, האָט דער ייִדישער דיאַלעקט געקלונגען אַנדערש, ווי דער קריסטלעכער.
אינעם יאָר 1498 זענען די ייִדן אָפֿיציעל פֿאַרטריבן געוואָרן פֿון פֿראַנקרײַך. למעשׂה, איז אַ קליינע ייִדישע קהילה געבליבן אין פּראָוואַנס און האָט אָפּגעהיט איר אוניקאַל לשון. נאָך דער פֿראַנצויזישער רעוואָלוציע, האָט זיך אינעם לאַנד אָנגעהויבן אַ פּראָגראַם פֿון שפּראַכלעכער סטאַנדאַרטיזאַציע, און פּראָוואַנסאַליש, אַרײַנגערעכנט דעם ייִדישן וואַריאַנט, איז אונטערגעגאַנגען. פֿונדעסטוועגן, האָבן פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה אַ קליינער טייל פֿראַנצויזישע ייִדן נאָך גערעדט אויף שואַדיט. די אַלגעמיינע פֿאָרעם פֿון פּראָוואַנסאַליש בלײַבט אַ זעלטענע מינאָריטעט־שפּראַך אין געוויסע ראַיאָנען פֿון דרום־פֿראַנקרײַך.
די שיל אויף עלדרידזש־סטריט איז אויסגעבויט געוואָרן אינעם יאָר 1887 און איז באַקאַנט ווי איינע פֿון די ערשטע אַשכּנזישע שילן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אינעם יאָר 2007 איז דער היסטאָרישער בנין רעסטאַוורירט געוואָרן און דינט איצט ווי אַ מוזיי און קולטור־צענטער, בלײַבנדיק ווײַטער אַן אַקטיווער בית־תּפֿילה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.