(שײַכותדיקע אַרטיקלען: //yiddish2.forward.com/node/1416)
נישט לאַנג צוריק, האָט זיך אין דער אינטערנעץ־קראָם „אַמאַזאָן‟ באַוויזן אין אַן עלעקטראָנישער פֿאָרעם אַן ענגלישע איבערזעצונג פֿון שלמה סײַמאָנס ראָמאַן „קלוגע הענט‟, וועלכער איז דערשינען אויף ייִדיש אינעם ניו־יאָרקער „מאָרגן־זשורנאַל‟ אין 1954. דער איבערזעצער, דוד סײַמאָן, איז דער זון פֿונעם מחבר.
„קלוגע הענט‟ איז סײַמאָנס איינציקער ראָמאַן. דער פֿאַרלאַג פֿון „ציקאָ‟ האָט עס אַרויסגעגעבן אין אַ בוך־פֿאָרעם אינעם יאָר 1973 — מיט דרײַ יאָר נאָך דעם מחברס פּטירה. לענאַ סײַמאָן, די אַלמנה פֿונעם מחבר, האָט איבערגעגעבן, אַז איר מאַנס לעצטע בקשה איז געווען צו פֿאַרוואַנדלען זײַן זשורנאַל־המשך אין אַ בוך. דער ראָמאַן שטעלט מיט זיך פֿאָר אַן אַוואַנטורע־מעשׂה, וואָס קומט פֿאָר אין מאָראַוויע, אינעם 19טן יאָרהונדערט.
שלמה סײַמאָן, כלתּחילה שימאָנאָוויטש, איז געבוירן געוואָרן אין 1895, אינעם ווײַסרוסישן שטעטל קאַלינקאָוויטש. אינעם יאָר 1913 האָט ער זיך באַזעצט אין ניו־יאָרק. בסך־הכּל, האָט ער אָנגעשריבן בערך 30 ביכער אויף ייִדיש און ענגליש. זײַנע דערציילונגען און אַרטיקלען זענען דערשינען אין דער „פֿרײַער אַרבעטער־שטימע‟, „די צײַט‟, „דער טאָג‟ און אַנדערע פּאָפּולערע פּעריאָדישע אויסגאַבעס אויף ייִדיש. אין 1950 איז ער געוואָרן אַ שטענדיקער מיטאַרבעטער פֿון „די פּרעסע‟ אין בוענאָס־אײַרעס. באַזונדערס באַקאַנט זענען זײַנע ביכער פֿאַר קינדער, אַרײַנגערעכנט „די העלדן פֿון כעלם‟ און „שמערל נאַר‟.
אַ גאַנצע ריי פֿון סײַמאָנס ווערק האָבן צו טאָן מיט רעליגיעזע ענינים, אַרײַנגערעכנט „אין די טעג פֿון די נבֿיאים‟ און „ייִדן צווישן פֿעלקער‟. במשך פֿון דער צײַט, איז ער אַריבער פֿון קינדערישע צו גאַנץ ערנסטע פֿילאָסאָפֿישע און געזעלשאַפֿטלעכע טעמעס.
וווינענדיק אין אַמעריקע, איז ד״ר סײַמאָן, וועלכער האָט זיך אין זײַנע קינדער־יאָרן געלערנט אין אַ חדר, געוואָרן אַ וועלטלעכער ייִד און אַ פּרינציפּיעלער ייִדישיסט. אינעם יאָר 1956 האָט ער אַרויסגעגעבן דאָס בוך „דער גורל פֿון אונדזערע ייִדישיסטישע שולן‟. סײַמאָן איז אויך געווען אַן אָנגעזעענער פּעדאַגאָג און אַ פֿאַרוואַלטער בײַם „שלום־עליכם פֿאָלקס־אינסטיטוט‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.