דער פּראָקוראָר אַלבערטאָ ניסמאַן איז געפֿונען געװאָרן טויט דעם 18טן יאַנואַר און צו די שלושים, דעם 18טן פֿעברואַר האָבן הונדערטער טויזנטער מענטשן מאַרשירט אונטער אַ גאָס־רעגן פֿון דעם קהילה־בנין ביזן הויז פֿון העכסטן געריכט, און געפֿאָדערט מע זאָל געפֿינען אַן ענטפֿער אויף דער פֿראַגע, פֿאַר װאָס האָט ער זיך גענומען דאָס לעבן, װי די דעמאָלטיקע אַרגענטינער פּרעזידענטין האָט דערקלערט, װען דער חשד איז געװען, אַז מען האָט אים דערמאָרדערט אַ טאָג פֿאַר דעם.
אַ יאָר שפּעטער, װען די אַסאָציאַציע פֿון פּראָקוראָרן האָט פֿאַררופֿן דעם עולם צו באַערן ניסמאַנען צום יאָרצײַט איז, צום באַדויערן, דאָס פּלאַץ פֿאַרן העכסטן געריכט געװען כּמעט ליידיק. די מאַמע, די טעכטער און זײַן געװעזענע פֿרוי, די פֿעדעראַלע ריכטערין סאַנדראַ אַראָזשאָ סאַלגאַדאָ, האָבן זיך יאָ באַטייליקט, אָבער דער עולם האָט געפֿעלט. אַ פּאָר הונדערט מענטשן האָבן אין אַ פּרעכטיקן זומערטאָג אויסגעהערט די איינציקע רעדע, װאָס כוליאָ פּיומאַטאָ, דער אָנפֿירער פֿון סינדיקאַט פֿון דער יוסטיץ, האָט געהאַלטן. צום באַדויערן, װערט װאָס אַ טאָג קלענער דער אינטערעס בײַם עולם; און װאָס װײַטער די מעגלעכקייטן עפּעס צו װיסן װעגן דעם טרויעריקן ענין, װאָס שלעפּט זיך שוין איבער 21 יאָר, אַלץ מער איז זיכער, אַז ניסמאַן האָט געפֿונען דעם טויט, װײַל ער האָט אויסגעפֿאָרשט דעם אַטענטאַט אויף דער קהילה.
פּאַריז. יאַנואַר 2015: יחזקאל שאַפֿיר פּרעזענטירט זײַן בוך „פּאַריז 2041‟. ער האָט דאַן אַרומשפּאַצירט אין פּאַריז מיט אַ גרופּע זשורנאַליסטן איבער די ערטער, וווּ זײַן ראָמאַן, פֿול מיט אינטריגעס און ליבע־ראָמאַנען, אַנטװיקלט זיך. 11 חדשים שפּעטער קומט פֿאָר די שוידערלעכע אַטאַקע אויפֿן סאַטירישן זשורנאַל „טשאַרלי העבדאָ‟, דװקא אויף דער טעריטאָריע פֿון זײַן ראָמאַן. שאַפֿיר איז 44 יאָר אַלט, אַן אַרגענטינער זשורנאַליסט, אַ פּסיכאָלאָג און אַן אינזשעניר. זײַן ערשטער ראָמאַן „מאַרינאַ פֿון בוענאָס־אײַרעס‟ איז אַרויס אין 2004. ער האָט באַזוכט זײַן היימשטאָט, און רעפֿערירט װעגן זײַן נבֿיאישן ראָמאַן. ער האָט געזאָגט, אַז ער האָט נישט געהאַט בדעה צו זײַן אַ נבֿיא, נאָר רופֿן די אויפֿמערקזאַמקייט אויף דעם פֿאַרכּישופֿטן קרײַז, װאָס הערשט אין אייראָפּע. אויב די װעלט מיינט, אַז די פּראָבלעם זײַנען די מוסולמענער, װאָס רופֿן אין די מעטשעטן הרגענען ייִדן און קריסטן, זײַנען מיר אויף צרות. הרגענען איז שלעכט. אייראָפּע װעט זיך נישט לאָזן איסלאַמיזירן און װעט אַרויס אין קריג און הרגענען. אין שפּאַניע האָט אַ ברודער געהרגעט זײַן ברודער; שוין אָפּגערעדט, װאָס ס׳איז געשען בעתן חורבן. אייראָפּע דאַרף אָנהייבן אַן אינטעגראַלע קורירונג. במשך די לעצטע 50 יאָר האָט מען נישט דערלויבט קיין אימיגראַציע פֿון דרום־אַמעריקע אָדער בלאָנדע פּאָליאַקן; נאָר מען האָט אַרײַנגעלאָזט די מוסולמענער פֿון טערקײַ, מאַראָקאָ, פֿון אַן אַנדער ציװיליזאַציע, װאָס האָבן זיך נישט אינטעגרירט. דאָס האָט ער באַשריבן אין זײַן ראָמאַן, װאָס איז פּרעזענטירט געװאָרן אין בוענאָס־אײַרעס, דעם 17טן פֿעברואַר.
דער 66סטער בערלינער פֿילם־פֿעסטיװאַל האָט פּרעזענטירט דעם לעצטן פֿילם פֿונעם ייִדישן אַרגענטינער רעזשיסאָר דניאל בורמאַן. דער פֿילם „דער קעניג פֿון אָנסע‟ איז גלײַכצײַטיק געװיזן געװאָרן אין בוענאָס־אײַרעס דעם 17טן פֿעברואַר און אויך אין אַ סך קינאָס פֿון די װיכטיקסטע שטעט פֿונעם לאַנד. „אָנסע‟ איז די ייִדישע האַנדלס־געגנט פֿון דער שטאָט, אַן עקװיװאַלענט פֿונעם „לאָוער איסט סײַד‟. דאָס איז זײַן פֿינפֿט מאָל אין בערלין און אַלע זײַנע פֿריִערדיקע פֿילמען האָבן צו טאָן מיטן ייִדישן לעבן. די געשיכטע אַנאַליזירט די באַציִונגען צװישן אָשר, אַ ייִדישער נישט־אַקטיאָר, און זײַן זון אַריאל. „מיט דעם פֿילם האָב איך געשלאָסן דאָס פֿינפֿטע קאַפּיטל פֿון מײַן אַרבעט, װאָס האָט צו טאָן מיט מײַנע דערפֿאַרונגען פֿון מײַן ייִדישן לעבן אין אַרגענטינע‟, — אַזוי האָט ער געזאָגט אין זײַן װאָרט װען ער האָט באַדאַנקט פֿאַר דער פּרעמיע, באַקומען פֿון די קריטיקער אינעם פֿעסטיװאַל.
די בוענאָס־אײַרעסער קהילה פֿירט דורך אַ קאַמפּיין צו העלפֿן 150 קינדער פֿון אָרעמע משפּחות אָנצוהייבן, װי געהעריק, די לימודים אין די ייִדישע שולן פֿון לאַנד. דאָס יאָר האָט זיך די צאָל באַדערפֿטיקע משפּחות זיך פֿאַרגרעסערט און דער ראש־הקהל האָט דערקלערט, אַז מען באַמיט זיך, אַז װען דאָס שול־יאָר װעט זיך אָנהייבן אין אַ װאָך אַרום, זאָל בײַ קיין איין ייִדיש קינד ניט פֿעלן קיין ייִדישע דערציִונג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.