(שײַכותדיקע אַרטיקלען: //yiddish2.forward.com/node/3941)
די באַליבטע ייִדישע לערערין און כּלל־טוערין אין מעקסיקע, וועלע זאַבלודאָווסקי, איז דאָנערשטיק ניפֿטר געוואָרן צו 92 יאָר.
וועלע, וועלכע האָט אָנגעהויבן איר קאַריערע ווי אַ קינדערגאָרטן־לערערקע אין דער „נײַער ייִדישער שולע‟ (די שול, וואָס מיר רופֿן זי עד־היום „די נײַע‟) אין 1947, און האָט זיך אַרויפֿגעאַרבעט, ביז זי איז געוואָרן איר דירעקטאָרין, האָט אויף איר אייגענעם אופֿן אײַנגעגלידערט אַלע ווערטן, וואָס די גרינדער האָבן געפּריידיקט.
פֿונעם לערער אַבֿרהם גאָלאָמב האָט זי געירשנט אַן איבערגעגעבנקייט אויפֿצוהאַלטן הויכע אַקאַדעמישע סטאַנדאַרטן און הײַנטצײַטיקע פּעדאַגאָגישע פּרינציפּן; ווי דער לערער יוסף ראָטענבערג, האָט זי באַטאָנט די וויכטיקייט פֿון שטודירן די ייִדישע געשיכטע; דורך לייבל באַיאָן האָט זי אײַנגעזאַפּט אַ דרך־ארץ פֿאַר דער ייִדישער ליטעראַטור און פֿאַרן חומש־לימוד.
אַ דאַנק די לערערקעס רייזל לאַנדאַו, רחל לייזאָריק, מאַיאַ אײַזען, שולמית לאַנדאַו, פּאַטי באַפֿעלער און אַנדערע, האָט זיך בײַ איר באַפֿעסטיקט די ליבשאַפֿט פֿאַר דער ייִדישער שפּראַך.
די שול האָט געעפֿנט נײַע האָריזאָנטן פֿאַר דער ייִדישער קהילה אין מעקסיקע דורך אײַנפֿירן דאָס לערנען נאַטור־וויסנשאַפֿט און אַנדערע סעקולערע לימודים טאַקע אויף ייִדיש, און דערבײַ געבראַכט דאָס לשון מיט אַלע שפּראַכן גלײַך.
וועלע ראַבינאָוויטש גימפּעלעוויטש איז געבוירן געוואָרן אין ביאַליסטאָק, פּוילן אין 1923, די ייִנגסטע פֿון 10 קינדער. אין די 1930ער יאָרן איז זי געפֿאָרן קיין ברוקלין, ניו־יאָרק, וווּ איר פֿאָטער האָט געהאַט אימיגרירט אין 1929. בעת אַ באַזוך אין מעקסיקע אין 1945 האָט זי חתונה געהאַט מיט שמואל זאַבלודאָווסקי, און זי האָט זיך דאָרטן באַזעצט. שמואל איז ניפֿתר געוואָרן אין 1971. קיין קינדער האָבן זיי נישט געהאַט.
וועלע האָט אָנגעפֿירט מיט דער „נײַער ייִדישער שולע‟ דורך די בעסטע צײַטן, ווי אויך דורך די ערגסטע, ווען אַ צאָל אַשכּנזישע ייִדן האָבן „פֿאַרלוירן דעם וועג‟ — געוואָרן פֿאַרמעגלעך, געהאַט ווייניקער קינדער און פֿאַרלאָזט די שולע אין גאַנצן — בעת אַנדערע זענען, פֿאַרקערט, געוואָרן אָרעמער ווי זייערע עלטערן, און זייער סעקולערע אידענטיטעט איז נישט געווען גענוג שטאַרק זיך צו באַוואָרענען קעגן דעם עקאָנאָמישן דרוק, קעגן דעם אידעאָלאָגישן דרוק (פֿון ישׂראל, וואָס האָט געפּריידיקט מע זאָל זיך גיכער לערנען העברעיִש איידער ייִדיש) און דעם דעמאָגראַפֿישן דרוק (מצד די ניט־ייִדיש־רעדנדיקע סעקטאָרן פֿון דער געזעלשאַפֿט). במילא האָט די אַשכּנזישע קהילה ניט באַוויזן איבערצוגעבן די שעפֿערישע ייִדישע כּוחות דעם ייִנגערן דור.
ווי אַ רעזולטאַט, האָט וועלע ניט געהאַט קיין ברירה און געמוזט שליסן די שיל.
הײַנט, זעענדיק דעם בלויז וואָס איז פֿאַרבליבן זינט די שול האָט זיך פֿאַרמאַכט; זעענדיק, ווי די קהילה איז געוואָרן אַ סך מע רעכט־געשטימט, ווײַט פֿון דער סעקולערערע ייִדישער בילדונג, וואָס וועלע האָט געפּרוּווט אויפֿהאַלטן אין דער „נײַער ייִדישער שולע‟, שאַצן מיר טאַקע אָפּ די וויכטיקייט פֿון דער אַמאָליקער אינסטיטוציע.
זאָל וועלעס פּטירה מוטיקן אירע תּלמידים ווידער צו גרינדן אַ שולע, וווּ איר ייִדיש לשון, אירע ווערטן און איבערגעגעבנקייט זאָלן אײַנגעפֿלאַנצט ווערן אין אַ נײַעם דור תּלמידים.
וועלע גיט אַ לעקציע וועגן דער ייִדישער שפּראַך, אין אַ ווידעאָ אַרויפֿגעלאָדן אויף „יו־טוב‟ נאָוועמבער 2014:
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.