דער ייִוואָ־אינסטיטוט וועט דעם 8טן מאַרץ דורכפֿירן אַן אָוונט לכּבֿוד דער היסטאָריש־קולטורעלער ירושה פֿון די קאַרלינער חסידים. פּראָפֿ׳ יצחק מלמד פֿונעם אוניווערסיטעט אויפֿן נאָמען פֿון דזשאָן האָפּקינס וועט דערציילן וועגן די פֿאָרשונגען פֿונעם קאַרלינער חסידות, וואָס ברענגען צומאָל צום אַנטדעקן אומגעריכטע אוצרות. דער פֿאָרשער וועט זיך אויך פֿאָקוסירן אויף די זעלטענע כּתבֿ־ידן פֿונעם 18טן, 19טן און 20סטן יאָרהונדערט, וואָס געפֿינען זיך איצט אינעם קאַרלין־סטאָלינער אַרכיוו, ווי אויך וועגן די מוזיקאַלישע טראַדיציעס פֿון דער דאָזיקער חסידישער דינאַסטיע, וועלכע דער מוזיקער יונתן ראָטמאַן וועט שפּילן אויף אַ פֿידל.
אין זײַנע פֿאָרשונגען, פֿאַרנעמט זיך מלמד לעצטנס מיט דער חסידישער געשיכטע. פֿריִער האָט ער אָנגעשריבן אַ צאָל ביכער וועגן שפּינאָזעס מעטאַפֿיזיק, טעאָלאָגישע און פּאָליטישע געדאַנקען, ווי אויך וועגן די פֿאַרבינדונגען צווישן דעם דײַטשישן אידעאַליזם און שפּינאָזע. דער פֿידלער, ראָטמאַן, איז מער באַקאַנט ווי אַ מומחה אין דער קלאַסישער מוזיק. ער קען אָבער אויך שפּילן אַנדערע מוזיקאַלישע זשאַנערס, אַרײַנגערעכנט די חסידישע ניגונים.
דער פּלאַנירטער אָוונט איז אַ טייל פֿונעם „סעמינאַר פֿון ייִדישע שטודיעס אויפֿן נאָמען פֿון רות גיי‟, געגרינדעט אינעם יאָר 2008, אין אָנדענק פֿון דער באַקאַנטער פֿאָרשערין און שרײַבערין. רות גיי, וועלכע איז ניפֿטר געוואָרן אינעם יאָר 2006, האָט אינעם יאָר 1997 באַקומען אַ „נאַציאָנאַלע פּרעמיע פֿאַרן ייִדישן בוך‟ פֿונעם „ייִדישן בוך־ראַט‟ פֿאַר איר דערציילונג וועגן דער אימיגראַציע פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן קיין אַמעריקע.
די קאַרלינער איז איינע פֿון די ערשטע חסידישע דינאַסטיעס, געגרינדעט דורך רבי אַהרן הגדול, וואָס זײַן ניגון „כּ״ה אכסוף‟ ווערט הײַנט געזונגען בײַם שבתדיקן טיש אין דער גאַנצער חסידישער וועלט. צווישן די קאַרלין־סטאָלינער ספֿרים איז באַזונדערס באַקאַנט „בית אַהרן‟ — אַ טיף און קאָמפּליצירט קבלה־ווערק פֿונעם דריטן רבין, וועלכער האָט געטראָגן דעם זעלבן נאָמען, ווי דער גרינדער פֿון דער דינאַסטיע.
קאַרלין איז אַ געוועזענער ראַיאָן פֿון פּינסק, ווײַסרוסלאַנד. הײַנט איז עס אַ ראַיאָן פֿון דער דאָזיקער שטאָט. רבי אַהרן הגדול, אַ תּלמיד פֿונעם בעל־שם־טובֿ, האָט דאָרטן געגרינדעט אינעם 18טן יאָרהונדערט אַ פֿריִיִקן צענטער פֿון חסידות, איינעם פֿון די ערשטע אויפֿן היסטאָרישן שטח פֿון דער ליטווישער שיטה פֿון ייִדישקייט. אין דער פֿריִיִקער פּאָלעמיק פֿון די מתנגדים זענען די „קאַרלינער‟ געווען אַ סינאָנים פֿון חסידים בכלל.
די הײַנטיקע קאַרלין־סטאָלינער חסידים, בראָש מיט זייער רבין, ברוך־מאיר־יעקבֿ שוחט, וועלכער וווינט אין גבֿעת־זאבֿ, אַ ייִשובֿ לעבן ירושלים, וווינען אין ישׂראל, די פֿאַראייניקטע שטאַטן, ענגלאַנד און אַנדערע לענדער. אין זייער היסטאָריש היימלאַנד, ווײַסרוסלאַנד און אוקראַיִנע, פֿאַרנעמען זיי זיך מיט אַקטיווער קירובֿ־טעטיקייט.
אַ קאָנקורירנדיקע קהילה, באַקאַנט מיט אַנטי־ציוניסטישע טענדענצן, ווערט אָנגעפֿירט דורכן קאַרלין־פּינסקער רבין, אַהרן ראָזענפֿעלד. די קאַרלינער רביים זענען היסטאָריש פֿאַרבונדן מיט די לעלאָווער חסידים; די ערשטע רביים פֿון דער דאָזיקער דינאַסטיע זענען אַליין געווען קאַרלינער חסידים. אַזוי צי אַזוי, בלײַבט עס איינע פֿון די זעלטענע חסידישע גרופּעס, אַחוץ חב״ד, וואָס איז קולטורעל און היסטאָריש פֿעסט פֿאַרבונדן מיטן ליטוואַקישן ייִדנטום.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.