אַ שיקסע אין דער קיך

Shiksa in the Kitchen

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published February 02, 2016, issue of March 18, 2016.

טאָרי אַוויי
Facebook
טאָרי אַוויי

דאָס ייִדישע וואָרט „שיקסע‟ רופֿט אַרויס, אַוודאי, אַ סך פֿאַרשיידענע אַסאָציאַציעס, צום גוטן צי צום שלעכטן. אויף דער אינטערנעץ איז אָבער פֿאַראַן אַ פּאָפּולערער קולינאַרישער בלאָג, וואָס טראָגט אַן אומגעוויינטלעכן נאָמען: „שיקסע אין דער קיך‟.

אינעם „ייִדישן זשורנאַל פֿון סאַן־דיעגאָ‟ איז נישט לאַנג צוריק פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אַן אַרטיקל, וווּ די מחברטע פֿונעם דאָזיקן בלאָג, טאָרי אַוויי, דערציילט וועגן די ראָמאַנטישע כּוחות, וואָס שטעקן אינעם שאָקאָלאַד. זי דערקלערט, אַז דערווײַל ווייסן נישט די וויסנשאַפֿטלער, צי דער זיסער מאכל איז טאַקע מסוגל אַרויסצורופֿן אינטימע געפֿילן צוליב ביאָכעמישע סיבות. אינעם פּסיכאָלאָגישן אַספּעקט, איז עס אָבער אַ באַקאַנטער פֿאַקט, אַז שאָקאָלאַד־מאכלים דינען ווי אַ פּאָפּולערער אַפֿראָדיזיאַק. די אוראַלטע אַצטעקן און מאַיאַ־אינדיאַנער האָבן פֿון קדמונים אָן געוווּסט וועגן דעם־אָ עפֿעקט.

צוויי שטאָפֿן, וואָס שטעקן אין שאָקאָלאַד, דערקלערט די מחברטע — פֿענעטילאַמין און טריפּטאָפֿאַן — זענען טאַקע פֿאַרבונדן מיט עראָטישע געפֿילן. פֿענעטילאַמין סטימולירט דעם מוח, ווען מע פֿאַרליבט זיך, און טריפּטאָפֿאַן העלפֿט צו פּראָדוצירן סעראָטאָנין, וואָס ווערט אַסאָציִיִרט מיט אַנטציקטקייט און ראָמאַנטישע תּאוות.

טאָרי אַוויי, אַ סצענאַריסטקע, שרײַבערין און פֿאָרשערין פֿון קעכערײַ־חכמות, איז אַ גיורת, וואָס וווינט אין לאָס־אַנדזשעלעס, וווּ זי זאַמלט און שאַפֿט חידושדיקע כּשרע רעצעפּטן. אויף טשיקאַוועס רופֿט זי זיך אָבער נאָך אַלץ אַ „שיקסע‟. זי דערקלערט, אַז אַנשטאָט צו באַטראַכטן עס ווי אַ זידל־וואָרט, שטאָלצירט זי, אַז זי איז געבוירן געוואָרן אין אַ נישט־ייִדישער משפּחה, אָבער אַליין באַשלאָסן זיך מגייר צו זײַן מיט אַ פּאָר יאָר צוריק. אין איר בלאָג Thekitchn.com באַטאָנט זי, ווי אַ וויץ, אַז אויב געוויסע מענטשן גלייבן נישט, אַז זי איז אַ ייִדישע פֿרוי, קען זי זיי איבערצײַגן מיט איר ספּעציעלן „שיקסע־קוגל‟, וואָס האָט אַן עכטן היימישן טעם.

אַחוץ די קלאַסישע ייִדישע מאכלים, האָט אַוויי ליב צו עקספּערימענטירן אין דער קיך. אויף איר ביכער־פּאָליצע שטייען צוזאַמען ראָבערט שטערנבערגס בוך „ייִדיש־קעכערײַ‟ (Yiddish Cuisine), צוויי בענדער פֿראַנצויזישע רעצעפּטן און ביכער וועגן די קולינאַר־סודות פֿונעם מיטל־עלטערלעכן ענגלאַנד.

אַוויי גיט איבער, אַז זי האָט באַזונדערס ליב נאָכצומאַכן פֿאַרשיידענע אוראַלטע פֿאַרגעסענע רעצעפּטן. די סאַמע קאָמפּליצירטע סעודה איז פֿאַר איר אָבער געווען פּסח, ווען זי האָט פֿאַרבעטן, מיט איר ישׂראלדיקן מאַן, אַרום 50 געסט.

טאָרי אַווייס מאַן שטאַמט טיילווײַז פֿון די רוסיש־אַשכּנזישע, טיילווײַז פֿון די ספֿרדישע ייִדן, דערפֿאַר גרייטן זיי אין דער היים כּלעריי ייִדישע מאכלים, וואָס שטאַמען פֿון מיזרח־אייראָפּע, מיטל־מיזרח, צפֿון־אַפֿריקע און שפּאַניע. אַזוי צי אַזוי, איז טשיקאַווע, אַז אַ פֿרוי, וואָס רופֿט זיך אָן מיט שטאָלץ אַ „קיך־שיקסע‟, איז באמת דווקא אַ כּשר ייִדיש ווײַב.