כּשר עסן אין אַלע ניו־יאָרקער פֿליפֿעלדער

Kosher Food Now at All NY Airports


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published March 03, 2016, issue of March 18, 2016.

ייִדן אין דער ניו־יאָרקער געגנט, וואָס היטן כּשרות, מוזן מער נישט מיטברענגען עסן פֿון דער היים אָדער זיך באַנוגענען מיט קאַרטאָפֿל־טשיפּקעלעך, בשעת זיי וואַרטן אויף זייער פֿלי אין „דזשיי־עף־קיי‟, „לאַ׳גוואַרדיע‟ אָדער „ניואַרק־פֿליפֿעלד‟, ווײַל אַלע דרײַ ערטער פֿאַרקויפֿן איצט כּשרע מאָלצײַטן.

צוויי שפּײַזפֿירמעס — Fresco און Yummy Sandwich — האָבן לעצטנס אָנגעהויבן פֿאַרקויפֿן צוגעגרייטע שניטקעס און סאַלאַטן אין אַ צאָל קיאָסקן און שפּײַז־געשעפֿטן אין די דרײַ פֿליפֿעלדער. אין „דזשיי עף קיי‟, למשל, וואָס איז אַ ריזיקער פֿליפֿעלד, קען מען די מאָלצײַטן געפֿינען אין 15 פֿאַרשידענע שפּײַזגעוועלבן. דאָס עסן געפֿינט זיך אונטער דער השגחה פֿון Star-K.

בערך 1.5 מיליאָן אינלענדישע און אינטערנאַציאָנאַלע פּאַסאַזשירן, וואָס היטן כּשר, ניצן די דרײַ פֿליפֿעלדער יעדעס יאָר.

די נײַע באַדינונג וועט מסתּמא צו־ניץ קומען יענע פּאַסאַזשירן, וואָס מוזן אַריבערגיין פֿון איין עראָפּלאַן צו אַ צווייטן, ווײַל דאָס פֿאָדערט אַ מאָל צו וואַרטן אינעם פֿליפֿעלד מער ווי 4 שעה, ביז דער צווייטער עראָפּלאַן וועט זײַן גרייט אָפּצופֿליִען — בפֿרט אין די פֿאַלן, ווען מע לייגט אָפּ דעם פֿלי צוליב דעם וועטער אָדער מעכאַנישע פּראָבלעמען מיטן עראָפּלאַן.

צווישן די בערך 16 ברירות: סאַלאַט מיט געבראָטן הינדל, אײַנגעראָלטע שוואַרמאַ־שניטקעס און אַן אָרגאַנישער קינוואַ־סאַלאַט. אַלע סאָרטן ברויט, וואָס ווערן געניצט, זענען פּת־ישׂראל, און אַלע מילכיקע פּראָדוקטן זענען חלבֿ־ישׂראל.