ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס

News from Buenos Aires

קלאַודיאָ עפּעלמאַן (רעכטס), דירעקטאָר פֿון דעם לאַטײַן־אַמעריקאַנער אָפּטייל פֿון ייִדישן װעלט־קאָנגרעס, מיט איבראַהים אַל־נאַיִמי, דער דירעקטאָר פֿונעם „דאָהער אינטערנאַציאָנאַלער צענטער פֿאַרן צווישן־רעליגיעזן־דיאַלאָג‟, אין קאַטאַר
קלאַודיאָ עפּעלמאַן (רעכטס), דירעקטאָר פֿון דעם לאַטײַן־אַמעריקאַנער אָפּטייל פֿון ייִדישן װעלט־קאָנגרעס, מיט איבראַהים אַל־נאַיִמי, דער דירעקטאָר פֿונעם „דאָהער אינטערנאַציאָנאַלער צענטער פֿאַרן צווישן־רעליגיעזן־דיאַלאָג‟, אין קאַטאַר

פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים

Published March 03, 2016, issue of April 01, 2016.

די ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

דער אינטעררעליגיעזער דיאַלאָג אין קאַטאַר

די אַרגענטינער דערפֿאַרונג אין דעם ייִדיש־קריסטלעכן דיאַלאָג און דעם בשלומדיקן צוזאַמענלעב פֿון ייִדישע און אַראַבישע געמיינדעס אין בוענאָס־אײַרעס, איז פּרעזענטירט געװאָרן אויף אַ קאָנפֿערענץ װעגן דעם אינטעררעליגיעזן דיאַלאָג אין קאַטאַר, װוּ דער דירעקטאָר פֿון דעם לאַטײַן־אַמעריקאַנער אָפּטייל פֿון ייִדישן װעלט־קאָנגרעס, קלאַודיאָ עפּעלמאַן האָט זיך באַטייליקט. פֿאַראַיאָרן האָט ער אויך רעפֿערירט אויף דער טעמע אין סאַודיע־אַראַביע, וווּ דער אָרטיקער קעניג האָט אָנגעהויבן מיט אָט דעם פּראָיעקט. אין קאַטאַר האָבן זיך אויך באַטייליקט דער ראַבינער מאַרסעלאָ פּאָליאַקאָף און דער איסלאַמישער פֿירער אָמאַר אַבוד, װעלכע האָבן פֿאָרגעשטעלט זייער אַרבעט אין אַרגענטינע פֿאַר איבער 400 ייִדן, קריסטן און מוסולמענער. דער קאַטוילישער פֿאָרשטייער איז געװען זשען־לויִ טאַוראַן, װאָס האָט געמאָלדן דער װעלט, אַז דער קאַרדינאַל בערגאָגליאָ איז אויסגעקליבן געװאָרן װי דער נײַער פּויפּסט פֿראַנסיס. די 12טע קאָנפֿערענץ איז פֿאָרגעקומען דעם 26סטן און 27סטן יאַנואַר.


דער ניסמאַן־ענין הייבט זיך ערשטע אָן

דער שפּיאָן כאַימע סטיוסאָ האָט זיך אומגעקערט אין לאַנד און זיך צוגעשטעלט צום געריכט פֿון דער ריכטערין פֿאַביאַנאַ פּאַלמאַגיני. ער איז אויסגעפֿרעגט געװאָרן װעגן זײַנע פֿאָרשונגען לגבי דעם אַטענטאַט אויפֿן בנין פֿון דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה און זײַנע באַציִונגען מיטן פּראָקוראָר ניסמאַן. מאָנטיק, דעם 29סטן פֿעברואַר און במשך איבער 16 שעה האָט ער געענטפֿערט דער ריכטערין. עס זײַנען בײַגעװען די פּראָקוראָרין װיװיאַנאַ פֿײַן, זײַנע אַדװאָקאַטן און די אַדװאָקאַטן פֿון ניסמאַנס טעכטער און פֿון דיעגאָ לאַגאָמאַרסינאָ, װעלכער האָט אים באַזאָרגט מיטן רעװאָלװער, מיט װעלכן מען האָט אים אָדער דערהרגעט אָדער ער האָט זיך גענומען דאָס לעבן. כאָטש מען האָט נאָך נישט קיין אָפֿיציעלע דערקלערונג, געװיינטלעך, גוט־אינפֿאָרמירטע קװאַלן גיבן אָן, אַז די ריכטערין פּאַלמאַפֿיני זאָגט זיך אָפּ ממשיך צו זײַן מיט איר פֿאָרשונג. זי פֿאָדערט, אַז אַ פֿעדעראַלער ריכטער זאָל איבערנעמען ניסמאַנס פֿאַל, װי עס האָבן דאָס געפֿאָדערט די אַדװאָקאַטן פֿון ניסמאַנס משפּחה. זי פֿאָדערט, מען זאָל מישפּטן די פּראָקוראָרין װיװיאַנאַ פֿײַן, װײַל נאָך דעם שפּיאָן ניסמאַנס דערקלערונגען האָט זי נישט אָנגעגעבן, אַז ער האָט געזאָגט דעם 18טן פֿעברואַר 2015, אַז מען האָט ניסמאַנען דערהרגעט, װײַל ער האָט געפֿאָרשט די אַרגענטינער פּרעזידענטין. דער „אַפֿער ניסמאַן‟ האָט זיך ערשט ערנסט אָנגעהויבן.


פּרעזענטאַציע פֿון מאַרטין אַמיס ראָמאַן אויף שפּאַניש

מאַרטין אַמיס איז אַ בריטישער שרײַבער, װאָס װוינט הײַנט צו טאָג אין ברוקלין. די טעג האָט מען פּובליקירט די איבערזעצונג אויף שפּאַניש פֿון זײַן ראָמאַן „זאָנע פֿון אינטערעס‟, אַ ראָמאַן, אין װעלכן ער באַהאַנדלט װידער דעם חורבן מיט אַ סאַטירישן טאָן, װאָס האָט אַרויסגערופֿן אַ שאַרפֿע קריטיק, װען מען האָט עס פֿאַראַיאָרן פּובליקירט אויף ענגליש. ער האַלט, אַז מען קען יאָ שרײַבֿן סאַטירע װעגן שוידער; אַז טויט איז דער קעגנזאַץ פֿון ליבע און האַס, און אַז ליבע ענדיקט זיך מיט דער אַנטוישונג. דערפֿאַר זאָגט ער אַז, איינע פֿון די גרויסע מיסטעריעס בײַ היטלערן איז, צי ער האָט געהאַט סעקס אין זײַן לעבן.

כאָטש אייניקע האַלטן, אַז ער איז געװען אַ „נאָרמאַלער‟ מענטש אין דעם הינזיכט, מיינט ער, אַז ער איז נישט געװען װי סטאַלין אָדער מאַאָ, און ער קען זיך נישט פֿאָרשטעלן היטלערן, האָבנדיק סעקס מיט עװאַ בראַון. „שמיל‟, דער ייִדישער פּערסאָנאַזש פֿון זײַן לעצטן ראָמאַן װערט באַשריבן מיט דער סימפּאַטיע, װאָס פֿעלט אין זײַן פֿריִערדיקן ראָמאַן װעגן חורבן. ער האָט חתונה געהאַט מיט אַ ייִדישער פֿרוי און זײַנע טעכטער זײַנען האַלב ייִדישע, און ער קוקט אויף די קרבנות מיט אַ נאָענטקייט, װאָס האָט אים פֿריִער געפֿעלט. אַזוי זאָגט ער, װען מען פֿרעגט אים, פֿאַר װאָס איז ער פֿריִער געװען אַזוי שטרענג און אָפּלאַכעריש פֿון די אומגעקומענע ייִדן.

ער האַלט אויך, אַז מען קען אָפּלאַכן און סאַטיריזירן די הייליקייט פֿון גלויבנס און אויך קריטיקירן די אויפֿפֿירונגען פֿון גלייביקע; און אַז דער הומאָר טאָר נישט האָבן קיין גרענעצן און קיין צענזור. שלעכטס, אַכזריות און טויט זײַנען מאַניפֿעסטאַציעס פֿון אַלע צײַטן, אָבער הײַנט שטאָלצירט ISIS (דעאש), װען זיי הרגענען די ציװילע באַפֿעלקערונג, פֿאַרשקלאַפֿן פֿרויען אָדער פֿירן דורך מאַסיװע פֿאַרגװאַלטיקונגען. זיי זײַנען אַן עװאָלוציע פֿון שלעכטס און אַ פֿאָרעם פֿון ניהיליזם. דער נאַציזם, די באָלשעװיקעס און דער איסלאַמישער שטאַט — זײַנען ניהיליסטן. דער ראָמאַן איז פּרעזענטירט געװאָרן אין דעם פֿאַרלאַג „אַנאַגראַמאַ‟ דעם 29סטן פֿעברואַר.


די לימודים האָבן זיך אָנגעהויבן אין אַלע שולן פֿון לאַנד

די לימודים האָבן זיך אָנגעהויבן אין אַלע שולן פֿון לאַנד. דאָס שול־יאָר איז אָפֿיציעל דערעפֿנט געװאָרן אין די ייִדישע שולן, אין דער רעליגיעזער שול „תּורתּינו‟, װוּ דער ראָש־הקהל, טאָמי סאַיעג, און די ישׂראלדיקע אַמבאַסאַדאָרין דוריתּ שבֿיט האָבן זיך באַטייליקט מיט רעדעס. זיי האָבן אונטערגעשטראָכן די װיכטיקייט פֿון דער דערציִונג פֿאַרן ייִדישן קיום. אין 34 ייִדישע שולן פֿון אַרגענטינע לערנען אַ 20.000 קינדער.