די בעקערײַ בײַ דער „ייִדיש־פֿאַרם‟, לייגט איצט פֿאָר אָרגאַנישע שמורה־מצות. די פֿאַראינטערעסירטע מוזן זיי באַשטעלן ביזן 9טן מאַרץ, ווײַל צום 15טן מאַרץ דאַרפֿן די בעקער וויסן, וויפֿל מעל דאַרפֿן זיי און וויפֿל קונים ווילן קויפֿן דעם פּראָדוקט.
די פֿאַרם גופֿא געפֿינט זיך אינעם שטעטל גאָשען, אויפֿן צפֿון פֿונעם שטאַט ניו־יאָרק. די פֿאַרמער אַליין רופֿן די דאָזיקע געגנט, אויפֿן תּנ״כישן שטייגער, „ארץ־גושן‟. דאָס קליינע שטעטל טראָגט טאַקע דעם נאָמען נאָכן אוראַלטן טייל פֿון מצרים, וווּ עס האָבן אַמאָל געוווינט ייִדן, ווי עס שטייט געשריבן אין דער תּורה. די מצות ווערן אָבער געבאַקן אינעם סאַטמאַרער שטעלט קרית־יואל, מיטן הכשר פֿון הרבֿ דניאל סענטער פֿון דער באַקאַנטער כּשרות־אַגענטור „כּף־קיי‟. דער אַגריקולטור־דעפּאַרטאַמענט פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, אויפֿן סמך פֿון דער ניו־יאָרקער „צפֿון־מיזרחדיקער אָרגאַנישער פֿאַרמערײַ־אַסאָציאַציע‟, האָט סערטיפֿיצירט די מצות ווי אַן אָרגאַנישן פּראָדוקט.
די אָרגאַניזאַטאָרן פֿונעם פּראָיעקט דערקלערן אויף ענגליש און ייִדיש אויף זייער ספּעציעלער וועבזײַט, https://organicpassover.com/ordermatzos.cfm, אַז „איר וועט אין ערגעץ נישט געפֿינען קיין מצה צו גלײַך מיט אונדזער ארץ־גושן־שמורה־מצה‟. די מעל — „קמח־ישן‟ — קומט פֿון דער „ייִדיש־פֿאַרם‟ און איז פֿאַרזייט, געשניטן און געמאָלן געוואָרן לשם מצת־מיצווה, און דערצו אויף אַן אינגאַנצן אָרגאַנישן אופֿן.
צום ערשטן מאָל האָט די פֿאַרם פֿאַרקויפֿט אייגענע מצות אינעם יאָר 2014. דעמאָלט האָט מען עס טאַקע געטאָן אין גאָשען, אונטער דער השגחה פֿון הרבֿ יחיאל שטיימעץ פֿון מאָנסי. דער פּראָיעקט האָט אויסגענומען. הײַנט קאָן מען באַשטעלן די מצות אויף דער אינטערנעץ און ליפֿערן זיי אין אַ גאַנצער ריי ראַיאָנען פֿון ניו־יאָרק, ניו־דזשערזי, קאָנעטיקעט און אַ צאָל אַנדערע שטעט.
די פֿאַרם, געגרינדעט דורך ישׂראל באַס און נפֿתּלי איידעלמאַן, קאָמבינירט ייִדישיסטישע טעטיקייט אויף אַ חידושדיקן אופֿן מיט פֿאַרמערײַ. אין 2014 האָט באַס חתונה געהאַט מיט יונית לאה באַס, אַ מיידל פֿון קווינס. צוזאַמען מיט זייער נײַ־געבוירן קינד, יאָסל־לייב, וווינען זיי אויף דער פֿאַרם אַ גאַנץ יאָר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.