אין יאַנואַר האָט „דזשעפֿרי כּהן‟, דער קאָלעקטיווער אַנאָנימער בלאָגער פֿון דער לאָנדאָנער יוגנטלעכער ייִדישער גרופּע „דזשודאַס‟ (Jewdas), האָט דערציילט אויף דער וועבזײַט פֿון דער אָרגאַניזאַציע וועגן דער פֿאַראַיאָריקער ייִדישלעכער נסיעה קיין שפּאַניע, וואָס טראָגט דעם טשיקאַווען נאָמען Birthwrong Trip („געבורט — נישט גערעכט‟) — דער היפּוך פֿון די פּאָפּולערע נסיעות קיין ישׂראל, וואָס הייסן Birthright („געבורט־רעכט‟). דער ווידעאָ־רעפּאָרטאַזש דערציילן וועגן כּוונות און דערפֿאַרונגען פֿון די באַטייליקטע.
„דזשודאַס‟, מיטן צענטער אין לאָנדאָן, האָט אַ ראַדיקאַל־לינקן טעם. די גרופּע אינטערעסירט זיך מיט פֿאַרשיידענע ייִדישע קהילות און עדות אַרום דער וועלט, מיט אַ פֿאָקוס אויף ייִדיש און ייִדיש־קולטור, בפֿרט אויף דער אַמאָליקער קאָמוניסטישער און אַנאַרכיסטישער סבֿיבֿה, וואָס האָט אַמאָל געבליט אינעם מיזרחדיקן ראַיאָן פֿון לאָנדאָן. אינעם נישט־ייִדישן ענגלישן סלענג פֿון קאָקני שפּירט זיך נאָך אַלץ אַ געוויסע ייִדישע השפּעה. למשל, דאָס וואָרט „בוידעם‟ מיינט „פּאָליציי‟, צוליב אומקלאָרע סיבות. דער אַנסאַמבל „קאַטשאַנעס‟ — אַ קוואַרטעט פֿון פֿיר פֿרויען, וואָס האָט אַ שײַכות צו „דזשודאַס‟ — שטרעבט אויפֿצולעבן די ראַדיקאַלע ייִדישע מוזיק פֿון „איסט־ענד‟. „דזשודאַס‟ פֿירט אויך ייִדיש־לימודים אין לאָנדאָן.
אַזוי צי אַזוי, זענען די אַקטיוויסטן פֿון „דזשודאַס‟ נישט צופֿרידן מיט דעם, וואָס די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון „תּגלית‟, באַקאַנט אויף ענגליש ווי „בוירטרײַט‟, שאַפֿן אַן אײַנדרוק, אַז ארץ־ישׂראל איז דער איינציקער עיקר־צענטער פֿונעם ייִדישן לעבן, פֿאַרשפּרייטנדיק דערצו רעכטע פּאָליטישע דעות. אינעם עצם־נאָמען פֿון דער אָרגאַניזאַציע שטעקט אויך דער צווייפֿלהאַפֿטיקער געדאַנק, אַז ישׂראל איז דאָס היימלאַנד פֿון אַלע ייִדן, הגם די יונגע באַטייליקטע אין די נסיעות קומען דאָך פֿון אַנדערע לענדער.
אין מײַ 2015 האָט די לאָנדאָנער גרופּע דורכגעפֿירט אויף טשיקאַוועס אַ נסיעה פֿון מער ווי 20 יונגע־לײַט איבער די ייִדישע ערטער אין אַנדאַלוזיע — דעם היסטאָרישן ראַיאָן פֿון שפּאַניע, וווּ במשך פֿון הונטערטער יאָר האָט געבליט אין דער מיטל־עלטערלעכער תּקופֿה אַ פֿרידלעכער קולטור־סינטעז צווישן ייִדן און מוסולמענער. איינע פֿון די באַטייליקטע האָט איבערגעגעבן, אַז אין קאָרדאָבע, וווּ עס האָבן געוווינט דער רמב״ם און אַ סך אַנדערע באַרימטע ייִדישע דענקער, האָט זי דערפֿילט אַ באַזונדערע פֿאַרבינדונג מיט דער ייִדישער געשיכטע. קיין ספֿק איז נישטאָ, אַז ירושלים און צפֿת שפּילן אַ גרויסע ראָלע אין ייִדישקייט; ס׳איז אָבער וויכטיק צו געדענקען, אַז די ספֿרדישע קולטור האָט זיך אַנטוויקלט אין דער אַראַביש־רעדנדיקער שפּאַניע, און ס׳איז כּדאַי צו אָרגאַניזירן ספּעציעלע נסיעות אינעם דאָזיקן היסטאָרישן ראַיאָן, ווי אויך אין אַנדערע לענדער אַרום דער וועלט, וואָס זענען במשך פֿון אַ דורות געווען טיף פֿאַרבונדן מיט ייִדן.
די באַטייליקטע האָבן אויך באַזוכט אין אַנדאַלוזיע דאָס קאָמוניסטישע שטעטל מאַרינאַלעדע און דאָרטן מאַרשירט דעם ערשטן מײַ אויף אַ דעמאָנסטראַציע. די דאָזיקע שטאָט, וווּ עס וווינען אַרום 3,000 מענטשן, איז באַקאַנט ווי אַ פּראַקטישער מוסטער פֿון קאָלעקטיווער ווירטשאַפֿט. צום מערסטן, זענען אָבער די יונגע־לײַט געווען צופֿרידן צו באַקענען זיך פּנים־אל־פּנים מיט די דענקמעלער פֿון דער רײַכער און אַלטער אָרטיקער ייִדישער געשיכטע. הײַיאָר פּלאַנירן זיי אַ נײַע נסיעה, ווי אַ קאָסמאָפּאָלטישע אַלטערנאַטיוו צום „בוירטרײַט‟; שפּעטער וועלן די אָרגאַניזאַטאָרן איבערגעבן, וועלכע היסטאָרישע תּפֿוצות־ערטער זיי ווילן דאָס מאָל באַזוכן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.