פֿונעם 19טן ביזן 23סטן מאַרץ איז אין קיִעוו פֿאָרגעקומען דער ערשטער ספּעציעלער סעמינאַר פֿאַר ייִדיש־לערער, אָרגאַניזירט דורכן „ייִדישן פֿאָנד אין אוקראַיִנע‟ און אָנגעפֿירט דורכן ווילנער „אינטערנאַציאָנאַלן צענטער פֿון ייִדיש‟ בײַם „ייִדישן וועלט־קאָנגרעס‟.
אין דער פּראָגראַם פֿונעם סעמינאַר, וואָס האָט געטראָגן דעם נאָמען „פּערל פֿון ייִדיש‟, האָבן זיך באַטייליקט שול־לערער, דערציִער פֿון קינדער־גאָרטנס, סאָציאַלע באַאַמטע, מוזיקער און אַנדערע פּראָפֿעסיאָנאַלן פֿון אַ גאַנצער ריי אוקראַיִנישע שטעט, אַרײַנגערעכנט זשיטאָמיר, ניקאָלאַיעוו, אָדעס, כאַרקאָוו, כערסאָן, כמעלניצקי, טשערקאַס און טשערנאָוויץ. אויף דער עפֿענונג־צערעמאָניע זענען אויפֿגעטראָטן פֿאָרשטייער פֿונעם קולטור־מיניסטעריום.
די ייִדיש־לימודים אויפֿן סעמינאַר האָט געפֿירט ד״ר מרדכי יושקאָווסקי פֿון תּל־אָבֿיבֿ, אַ געבוירענער אין אוקראַיִנע. יושקאָווסקי פֿירט אויך אָן מיט די אַקאַדעמישע שטודיעס אינעם דערמאָנטן ווילנער צענטער. מאַרינאַ יאַקובאָוויטש, אַ ישׂראלדיקע זינגערין און אַקטריסע, אויך אַ געבוירענע אין אוקראַיִנע, איז אויפֿגעטראָטן מיט ייִדישע לידער. צווישן אַנדעקע לעקטאָרן זענען געווען צוויי אָרטיקע פּראָפֿעסיאָנעלע ייִדיש־לערער, אַרײַנגערעכנט נאַטאַליאַ רינדיוק און טאַטיאַנאַ באָטאַנאָוואַ.
יושקאָווסקי האָט זיך פֿאָקוסירט נישט בלויז אויף דער שפּראַך גופֿא; ער האָט געהאַלטן אַ סעריע לעקציעס וועגן דער געשיכטע און ליטעראַטור. אין איין לעקציע, וואָס האָט געהייסן „וואָס האָט ייִדיש צו זאָגן אינעם 21סטן יאָרהונדערט?‟, האָט ער ענטוזיאַסטיש דערציילט וועגן דער איצטיקער תּקופֿה אין דער ווײַטערדיקער אַנטוויקלונג פֿון אונדזער שפּראַך.
געוויסע לינגוויסטישע פּרטים האָט ער אויך אילוסטרירט מיט היסטאָרישע מאָמענטן. ווי ס׳איז באַקאַנט, האָט מען אויף דער באַרימטער טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ אָנגענומען אַ רעזאָלוציע, אַז ייִדיש איז אַ נאַציאָנאַלע שפּראַך פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. דער נוסח פֿון דער דאָזיקער רעזאָלוציע איז אָבער אַ מעסיקער, ווײַל דעמאָלט איז ייִדיש געווען „די שפּראַך‟ פֿון 80 פּראָצענט ייִדן אין דער וועלט. די העברעיִסטן האָבן אָבער נישט געקאָנט פֿאַרדײַען דעם דאָזיקן פֿאַקט.
באַזונדערס האָט אויסגענומען אויפֿן סעמינאַר דער חידושדיקער זשאַנער פֿון לעקציעס־קאָנצערטן, וווּ יאַקובאָוויטשס לידער זענען באַגלייט געוואָרן מיט יושקאָווסקיס פּרטימדיקע דערציילונגען וועגן דעם סטיל און די געשיכטע פֿון יעדעס ליד.
אין אַ צאָל אוקראַיִנער צײַטונגען האָט מען פּרעזענטירט דעם פֿאַרגאַנגענעם סעמינאַר ווי אַ סענסאַציאָנעלן „אומקער פֿון ייִדיש אין אוקראַיִנע‟. דאָס איז, צום באַדויערן, אַ גוזמא. פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה איז אוקראַיִנע טאַקע געווען אַ ריזיקער וועלט־צענטער פֿון דער מאָדערנער ייִדישער קולטור, וועלכע איז, אין אַ גרויסער מאָס, געשאַפֿן געוואָרן אויפֿן דאָזיקן שטח. אין פֿאַרגלײַך, האָט זיך אויפֿן הײַנטיקן סעמינאַר פֿאַרזאַמלט בלויז אַ קליינער עולם פֿון אַ פּאָר צענדליק ענטוזיאַסטן. פֿונדעסטוועגן, לעבט ייִדיש ווײַטער אין אוקראַיִנע און אַ צאָל אָרטיקע בילדונג־אַנשטאַלטן שטרעבט צו דערציִען אַ נײַעם דור יונגע ייִדיש־רעדער.
ד״ר מרדכי יושקאָווסקי דערציילט וועגן דער שפּראַך־מלחמה צווישן ייִדישיסטן און העברעיִסטן אויפֿן קיִעווער סעמינאַר „פּערל פֿון ייִדיש‟, דעם 20סטן פֿעברואַר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.