נישט לאַנג צוריק האָט דער אַמעריקאַנער פֿאַרלאַג „פֿינישינג לײַן פּרעס‟ אַרויסגעגעבן לעאָן גילדינס ענגלישע איבערזעצונגען פֿון ייִדישער פּאָעזיע, דער עיקר, פֿון לייוויק. אינעם נײַעם בוך זענען אויך אַרײַן לידער פֿון יעקבֿ גלאַטשטיין, חיים גראַדע, אַנאַ מאַרגאָלין און אַנדערע. די ליטעראַטור־קריטיקערין און שרײַבערין סאָניאַ דזשיימס האָט דעם 3טן מאַרץ פֿאַרעפֿנטלעכט אַ רעזענציע וועגן גילדינס ווערק אויף דער וועבזײַט Journal-news.net.
דער איבערזעצער הייבט אָן זײַן בוך מיט אַן אַלגעמיינעם אַרײַנפֿיר אין דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור, זיך פֿאָקוסירנדיק אויף די אַמעריקאַנער מחברים. ער שרײַבט, אַז די ייִדישע קולטור האָט זיך אין אַמעריקע אַנטוויקלט צוליב פֿאַרשיידענע מינים כּוחות, אַרײַנגערעכנט די שעפֿערישע אינטעליגענץ, פּראָפֿעסיאָנעלע פֿאַראיינען, געשעפֿטן און אינדוסטריע. „צום גרויסן חידוש‟, דערקלערט ער, איז די אינטעלעקטועלע אַנטוויקלונג פֿון ייִדיש געווען אַ פּראָדוקט פֿון דער סעקולערער ייִדיש־רעדנדיקער קהילה. הגם די אָרטאָדאָקסישע ייִדן האָבן זיך באַנוצט מיט ייִדיש ווי אַ גאַס־שפּראַך, באַטאָנט גילדין ווײַטער, האָט דווקא די וועלטלעכע סבֿיבֿה געשאַפֿן אַ קולטור, וואָס מע קאָן נישט פֿאַרגלײַך מיט וואָס־ניט־איז אַנדערש אין דער געשיכטע פֿון דער אַמעריקאַנער אימיגראַציע.
אין איר רעצענזיע, ציטירט דזשיימס די דאָזיקע ווערטער אָן אַ קאָמענטאַר. ס׳איז כּדאַי צוצוגעבן, אַז פֿון דער היסטאָרישער פּערספּעקטיוו, קלינגט אַזאַ קאָמפּלימענט צווייפֿלהאַפֿטיק. קודם־כּל, די ענגליש־רעדנדיקע ליטעראַטור אין אַמעריקע שטאַמט דאָך אויך פֿון אייראָפּעיִשע קאָלאָניסטן און אימיגראַנטן; און די שפּאַניש־רעדער האָבן געשאַפֿן גאָר אַן אַנטוויקלטע קולטור.
די אַסאָציאַציע פֿון ייִדיש מיט דער פֿרומער וועלט איז אַ בפֿירושער אַנאַכראָניזם. די אימיגראַנטן פֿון אַלע שיכטן, פֿון חסידים ביז מיליטאַנטישע אַטעיִסטן, האָבן גערעדט פֿון קינדווײַז אָן אויף ייִדיש און האָבן אימפּאָרטירט אַ גרייטע קולטור־טראַדיציע פֿון מיזרח־אייראָפּע. די געשעפֿטן און אינדוסטריע האָבן געשפּילט בלויז אַ זײַטיקע ראָלע אין דער קולטור־אַנטוויקלונג — למשל, דינענדיק ווי אַן אינספּיראַציע־קוואַל פֿון ראַדיקאַלע פּאָעטן און שרײַבער, וועלכע האָבן שאַרף קריטיקירט דעם אומיושר פֿון די „סוועטשאָפּס‟.
די איבערזעצונגען זענען אָבער שיין און פּרוּוון אָפּהיטן דעם אָריגינעלן גראַמען־ריטעם. אין די הײַנטיקע ענגליש־שפּראַכיקע איבערגעזעצטע ביכער איז עס אַ זעלטנקייט. לויט דזשיימסעס מיינונג, האָט גילדין אויסגעקליבן אַן „אַבסאָלוט אויסערגעוויינטלעכן מוסטער‟ פֿון לייוויקס ווערק, באַקענענדיק דעם אַמעריקאַנער לייענער מיט זײַן אוניקאַלן און אייגנאַרטיקן סטיל.
די מחברטע פֿון דער רעצענזיע באַדאַנקט דעם איבערזעצער פֿאַרן אַנטפּלעקן אַ „גאַנצן דור פֿריִער פֿאַרקוקטע פּאָעטן‟. אין דער ענגלישער „דזשויִשער‟ אַמעריקע איז עס טאַקע אַזוי, און אַזוי איז עס אויף דער הײַנטיקער ייִדיש־רעדנדיקער חסידישער גאַס. פֿאַר אַ ליבהאָבער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור זענען אָבער אַזעלכע נעמען, ווי לייוויק און מאַרגאָלין, זיכער נישט קיין נײַעס. אַזוי צו אַזוי, וועט דאָס נײַע בוך קומען צו נוץ דעם הײַנטיקן ענגליש־רעדער.
גילדין איז אַ פּענסיאָנירטער יוריסט, וועלכער פֿאַרנעמט זיך איצט מיט איבערזעצונגען פֿון ייִדיש. דער באַרימטער פּאָעט לייוויק האַלפּערן, באַקאַנט אונטערן פּסעוודאָנים ה. לייוויק, איז געבוירן געוואָרן אין מינסק, אינעם יאָר 1888, אָפּגעזעסן אין תּפֿיסה פֿאַר רעוואָלוציאָנערער טעטיקייט אין רוסלאַנד, נאָכן אַנטלויפֿן זיך באַזעצט אין אַמעריקע אין 1913, און ניפֿטר געוואָרן אינעם יאָר 1962 אין ניו־יאָרק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.