די וואָך האָט ייִוואָ אַרויפֿגעשטעלט אויף איר וועבזײַט די אָפֿיציעלע מעלדונג וועגן דער ערשטער ייִוואָ זומער־פּראָגראַם, מיט 48 יאָר צוריק. ס׳איז טשיקאַווע צו הערן ווי ס׳קלינגט אַ רעקלאַמע פֿאַר דער ייִדיש־פּראָגראַם אינעם יאָר 1968.
דער 14־מינוטיקער אַנאָנס ווערט איבערגעגעבן אויף דער ראַדיאָ־סטאַנציע WEVD דורך ד״ר יהודה שפּירא, דער דעמאָלטדיקער דירעקטאָר פֿון דער „ייִדיש־פּראָגראַם פֿאַר העכערע ייִדישע שטודיעס‟.
ווי מע הערט פֿון דער באַשרײַבונג, איז די זומער־פּראָגראַם געגרינדעט געוואָרן דווקא פֿאַר מיטלשול־תּלמידים פֿון 11טן און 12טן קלאַס, נישט פֿאַר קאָלעדזש־סטודענטן, ווײַל ס׳איז וויכטיק — באַטאָנט ד״ר שפּירא — אַז „די תּלמידים זאָלן זיך לערנען ייִדיש יונגערהייט‟. דער קורס פֿון 5 טעג אַ וואָך האָט דעמאָלט געקאָסט בלויז $100, און די לערער פֿון יענער ערשטער פּראָגראַם זענען געווען ד״ר מיכל הערצאָג, ד״ר מרדכי שעכטער און ד״ר דזשיימס מאַטיסאָף.
„דער ייִוואָ האָט אַ גרויסן אוצר פֿון ספֿרים און אַרכיוון, און עס זענען נישטאָ גענוג מענטשן, וואָס קענען אויסניצן די מאַטעריאַלן,‟ זאָגט שפּירא. „מיר דאַרפֿן צושטעלן נײַע פֿאָרשער פֿון דער ייִדישער געמיינדע פֿון הײַנט און פֿון דער פֿאַרגאַנגענהייט. ס׳איז נישט גענוג אויסצוהאָדעווען אַ דור ייִדיש־קענערס און פֿאָרשערס, נאָר אויך, אַז עס זאָל זײַן פֿון אַ הויכער קוואַליטעט, אַז זייער ייִדיש־וויסן זאָל זײַן סאָליד.‟
דער ייִוואָ האָט זיך אפֿשר געזאָרגט, אַז דאָס אַליין וועט נישט זײַן גענוג צוצוציִען תּלמידים, און דערפֿאַר גיט שפּירא צו עטלעכע זײַטיקע בענעפֿיטן פֿון פֿאַרשרײַבן זיך אויפֿן קורס, און דאָס זאָגט ער טאַקע אויף ענגליש — אַ פּנים, כּדי צו פֿאַרזיכערן, אַז די צוהערער פֿאַרשטייען אַלץ. דער שׂכר־לימוד פֿון $100, זאָגט ער, וועט דערמעגלעכן נישט נאָר דאָס בײַזײַן די קלאַסן און די נאָכמיטאָג־שעהען „אָבער אויך אָנטיילצונעמען אין אַלע אַקטיוויטעטן, וואָס ווערן דורכגעפֿירט אין משך פֿונעם זומער פֿון קאָלומביע־אוניווערסיטעט אַליין. צום בײַשפּיל: דאָרטן איז דאָ אַ swimming pool; tennis courts; dining rooms; concerts — אָט דאָס איז אָפֿן פֿאַר אַלע, וואָס וועלן זיך פֿאַשרײַבן אינעם ייִדישן קורס.‟ צו הערן די גאַנצע מעלדונג, קוועטשט דאָ:
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.