אין עטלעכע וואָכן אַרום הייבט זיך אָן אַן אייגנאַרטיקע סעריע אונטערנעמונגען אין בראָנקס, נ״י, מיטן נאָמען Welcome Back Yiddish — אַ פּראָיעקט פֿון דער „בראָנקסער ייִדישער היסטאָרישער איניציאַטיוו‟ [Bronx Jewish Historical Initiative].
די חודשלעכע פּראָגראַם צילט צו באַקענען דעם ברייטן עולם מיט דער ייִדישער שפּראַך און קולטור, וואָס האָט אַ מאָל געבליט אין די ייִדישע געגנטן פֿון דעם ניו־יאָרקער באָראָ.
אויף דער ערשטער אונטערנעמונג, זונטיק, דעם 20סטן מאַרץ, 2:00, וועט מען אין דער „קאָנסערוואַטיווער סינאַגאָגע עדת־ישׂראל אין ריווערדייל‟ ווײַזן דעם פֿילם „דער ווילנער באַלעבעסל‟ (Overture to Glory) מיטן באַרימטן חזן, משה אוישער. וואָס פֿאַר אַ שײַכות האָט דער פֿילם מיט בראָנקס? זײַן פּרעמיערע אינעם יאָר 1940 איז פֿאָרגעקומען אינעם „אַסקאָט־טעאַטער‟, אויפֿן גראַנד קאָנקאָרס, איינע פֿון די לענגסטע גאַסן אין בראָנקס, אויף וועלכער עס האָבן אַ מאָל געוווינט אַ סך ייִדן.
נאָכן פֿילם וועט די אַקטריסע מאַרילין מײַקלס, משה אוישערס אַ פּלימעניצע, ענטפֿערן אויף פֿראַגעס פֿונעם עולם וועגן איר פֿעטער.
אינעם פֿילם, שפּילט משה אוישער אַ חזן, וואָס פֿאַרלאָזט זײַן פּאָזיציע ווי דער באַליבטער „ווילנער חזן‟, כּדי צו זוכן נײַע גליקן ווי אַן אָפּערע־זינגער אין וואַרשע. די פֿרעמדע געזעלשאַפֿט שטויסט אים אָבער אָפּ און ער בענקט אַהיים נאָך זײַן פֿרוי, קינד און זײַן ייִדישער סבֿיבֿה.
די צווייטע אונטערנעמונג אין דער סעריע וועט זײַן אַ ייִדישע פֿאָרשטעלונג וועגן דעם לעבן און ווערק פֿון איציק מאַנגער, אויפֿגעפֿירט פֿון אַבֿי האָפֿמאַן, מיט בנימין שעכטער בײַ דער פּיאַנע. די פּיעסע, וואָס וועט פֿאָרקומען אינעם „שלום־עליכם קולטור־צענטער‟, האָט אָנגעשריבן מרים האָפֿמאַן, און ווערט געשטיצט פֿונעם קולטור־צענטער, בשותּפֿות מיט דער „בראָנקסער ייִדישער היסטאָרישער איניציאַטיוו‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.