נישט לאַנג צוריק, האָט דער בריטישער לינגוויסט אַלען ר. קינג, באַקאַנט ווי אַ מומחה אין באַסקיש און נאַוואַט, איינע פֿון די אַצטעקישע שפּראַכן אין צענטראַל־אַמעריקע, פֿאַרענפֿטלעכט אויף דער אינטערנעץ אַן אינטערעסאַנטע פֿאָרשונג וועגן די מערבֿדיקע ייִדיש־דיאַלעקטן.
קינג דערקלערט, אַז ווען ער איז געווען אַ קינד, פֿלעגן זײַנע טאַטע־מאַמע אַריבערגיין אויף ייִדיש אָדער זיך באַנוצן מיט פֿאַרשיידענע ייִדישע ווערטער און אויסדרוקן אינמיטן דעם שמועס אויף ענגליש, כּדי „די קליינע‟ זאָלן נישט פֿאַרשטיין. דער לינגוויסט גיט איבער, אַז אינעם דרומדיקן דיאַלעקט פֿון זײַנע עלטערן רעדט מען אַרויס דאָס וואָרט „שבת‟ ווי „שאָבעס‟. מיט דער צײַט, האָבן די קינדער אָנגעהויבן צו באַגרײַפֿן דעם „געהיימען קאָד‟. די טאַטע־מאַמע האָבן עס באַמערקט און געזאָגט: „זיי פֿאַרשטייען טאַקע, וואָס מע רעדט‟.
ווען קינג האָט זיך באַזעצט מיט זײַן משפּחה אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, האָט ער באַמערקט, אַז אין אַמעריקע איז ייִדיש ווייניקער פּאָפּולער ווי אַ געהיימער „שיפֿער‟. ער מיינט, אַז דאָס האָט צו טאָן מיט דער אַגרעסיווער העברעיִסטיש־ישׂראלדיקער „קאָלאָניזאַציע‟ פֿון דער ייִדישער קולטור. פּונקט אַזוי, ווי אין געוויסע אַסימילירטע קרײַזן זענען אַ סך ייִדישע ווערטער באַזײַטיקט געוואָרן מיט דער קריסטלעכער טערמינאָלאָגיע, וואַרפֿן זיך די העברעיִסטן נאָך אַלץ אַרויף אויף די, וואָס ווינטשן „גוט־שבת‟ אין דער שיל, און באַטאָנען, אַז דער „עכטער‟ נוסח איז „שבת שלום‟ מיט דער ישׂראלדיקער הבֿרה.
אַזוי צי אַזוי, האָט קינג זיך פֿאַראינטערעסירט אין זײַנע דרײַסיקער מיטן מאַמע־לשון פֿון זײַנע אָבֿות און אָנגעשריבן אינעם יאָר 1990 אַ לאַנגן פֿאָרש־אַרטיקל וועגן די מערבֿ־אייראָפּעיִשע ייִדישע דיאַלעקטן, וועלכן ער האָט איצט אויסגעשטעלט אויף דער אינטערנעץ. ער באַמערקט, אַז שלמה בירנבוים האָט אינעם יאָר 1979 זיך באַקלאָגט, אַז ס׳רובֿ ייִדיש־רעדער ווייסן נישט אַפֿילו, אַז אין מערבֿ־אייראָפּע זענען פֿאַראַן אָרטיקע אייגנאַרטיקע דיאַלעקטן פֿון דער ייִדישער שפּראַך, וואָס שיידן זיך ממשותדיק אונטער פֿון די באַקאַנטע מיזרח־אייראָפּעיִשע.
דער מיטל־עלטערלעכער מערבֿדיקער ייִדיש איז באַוווּסט בלויז ווי אַ ליטעראַרישער שפּראַך. ווי אַזוי מע האָט למעשׂה גערעדט אויף דער ייִדישער גאַס אין יענער תּקופֿה, ווייסט מען ווייניק. פֿון דער צווייטער זײַט, זענען די גערעדטע מערבֿדיקע דיאַלעקטן פֿון ייִדיש כּמעט אינגאַנצן בטל געוואָרן נאָכן חורבן, הגם אין עלזאַס וווינט נאָך אַלץ אַ קליינע צאָל עלטערע לײַט, וואָס קענען די שפּראַך, און אין האָלאַנד האָט עס אַן אָפֿיציעלן סטאַטוס. קינג באַטראַכט די אונטערשיידן און ענלעכקייטן צווישן דעם שווייצאַרישן מערבֿ־ייִדיש פֿונעם טאָל אַרום דעם טײַך סורב, און דעם עלזאַסישן דײַטש, פּרוּוונדיק צו באַשטעטיקן די היסטאָרישע פֿאַרבינדונגען צווישן די דאָזיקע צוויי גאַנץ באַזונדערע לשונות.
אַ סך פֿראַגעס וועגן מערבֿ־ייִדיש זענען נאָך נישט געלייזט געוואָרן. למשל, הגם די ייִדישע דיאַלעקטן פֿון מערבֿ־אייראָפּע שטימען אין אַ ריי אַספּעקטן מיט דער מיטל־עלטערלעכער שפּראַך פֿון דער אַלט־ייִדישער ליטעראַטור, ווײַזן זיי אויך אַרויס געוויסע ענלעכקייטן צו די באַקאַנטע דיאַלעקטן פֿון מיזרח־אייראָפּע. צי האָט מען אין די מערבֿדיקע לענדער אַלעמאָל אַזוי גערעדט, אָדער אין אַ געוויסער צײַט האָט דער מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדיש משפּיע געווען אויף די דאָרטיקע פֿאָרעמס פֿון דער שפּראַך? אַזוי צי אַזוי, איז עס גוט, אַז די פּראָפֿעסיאָנעלע לינגוויסטן אינטערעסירן זיך מיט דער דאָזיקער טעמע און שטרעבן צו אַנטדעקן די סודות פֿון די אונטערגייענדיקע מערבֿ־ייִדישע דיאַלעקטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.