ייִדישער טעאַטער אין לאָס־אַנדזשעלעס

Yiddish Theater in Los Angeles

אַפֿישן פֿון די אַמאָליקע ייִדישע טעאַטערס און קאַבאַרע־קלוב אין לאָס־אַנדזשעלעס
//thisstage.la
אַפֿישן פֿון די אַמאָליקע ייִדישע טעאַטערס און קאַבאַרע־קלוב אין לאָס־אַנדזשעלעס

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published March 10, 2016, issue of April 01, 2016.

די נישט־קאָמערציעלע דינסט־אָרגאַניזאַציע LA STAGE Alliance אין לאָס־אַנדזשעלעס, וואָס גיט אויס „אָוואַציע־פּרעמיעס‟ פֿאַר די בעסטע דערגרייכונגען אין טעאַטראַלער קונסט, האָט נישט לאַנג צוריק דערציילט אין איר אינטערנעץ־זשורנאַל //thisstage.la וועגן דער געשיכטע פֿונעם ייִדישן טעאַטער און קאַבאַרע אין דער שטאָט. דער מחבר פֿונעם אַרטיקל, כוליאָ מאַרטינעז, איז אַ באַקאַנטער טעאַטער־קריטיקער, וואָס טרעט כּסדר אויף אויף דער אָרטיקער שפּאַנישער טעלעוויזיע. LA STAGE Alliance איז די איינציקע אָרגאַניזאַציע אין דער שטאָט, וואָס קלײַבט אויס אירע לאַורעאַטן דורך אַ פּראָפֿעסיאָנעלן זשורי.

די ערשטע ייִדיש־רעדנדיקער אימיגראַנטן האָבן זיך באַוויזן אין לאָס־אַנדזשעלעס אין די 1850ער יאָרן. מיט 50 יאָר שפּעטער, איז די ייִדישע באַפֿעלקערונג אין דער שטאָט ממשותדיק געשטיגן; אינעם מיזרחדיקן טייל פֿון לאָס־אַנדזשעלעס איז אויפֿגעקומען אַ לעבעדיקע ייִדישע טעאַטער־סצענע.

אין די 1930ער יאָרן, האָבן אין לאָס־אַנדזשעלעס שוין געוווינט בערך 75 טויזנט ייִדן. אין די אָרטיקע טעאַטערס האָט מען כּסדר געשפּילט ספּעקטאַקלען אויפֿן סמך פֿון שלום־עליכם, שלום אַש און שלום אַנ־סקי. אינעם בנין פֿונעם „מוזאַרט־טעאַטער‟ האָט אַדאָלף פֿרימאַן, איינער פֿון די ערשטע רעזשיסאָרן פֿון דער אָרטיקער ייִדישער טעאַטראַלישער סצענע, אָנגעהויבן שפּילן פֿאַרשיידענע פּיעסעס אינעם ייִדישן אָריגינאַל און — פֿאַרן ייִנגערן דור — אין ענגלישער איבערזעצונג.

נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה האָבן זיך אין דער שטאָט געעפֿנט צוויי ייִדישע קאַבאַרע־סצענעס, בילי גרייס „בענדבאָקס‟ און סלאָפּסי מאַקסיס קלוב, וווּ פֿאַרשיידענע קאָמיקער זענען כּסדר אויפֿגעטראָטן אויף ייִדיש. אין „בענדבאָקס‟ האָט מיקי כּ״ץ אָפֿט געשפּילט קאָמישע לידער אויף אַ געמיש פֿון ייִדיש און ענגליש. גריי, דער בעל־הבית פֿונעם קלוב, האָט אַליין אָפֿט געזונגען אין אַזאַ זשאַנער. אַ גאַנצע ריי באַקאַנטע אַמעריקאַנער קאָמיקער האָבן אָנגעהויבן זייער קאַריערע אין דער דאָזיקער קאַבאַרע.

אין די 1950ער יאָרן, האָט טאַן וויען, אַ באַקאַנטער קינאָ־ און טעלעוויזיע־אַקטיאָר, געשאַפֿן אין לאָס־אַנדזשעלעס דעם „ייִדישן קינדער־טעאַטער‟, האָפֿנדיק איבערצוגעבן דעם נײַעם דור די ייִדישע טעאַטראַלישע טראַדיציע. הגם די אַקטיווע טעאַטער־סצענע אין דער שטאָט איז אונטערגעגאַנגען אין די 1980ער, שטרעבט די לאָס־אַנדזשעלעסער אָרגאַניזאַציע „ייִדישקייט‟ זי הײַנט אונטערהאַלטן און אַנטוויקלען ווײַטער.