אין דער צײַטונג „ביראָבידזשאַנער שטערן‟ איז נישט לאַנג צוריק דערשינען אַ באַלערנדיקער אַרטיקל וועגן די מאָדעלקעס, וועלכע האָבן פּאָזירט פֿאַרן באַרימטן רוסישן מאָלער וואַלענטין סעראָוו. דער אַרטיקל איז אָנגעשריבן אויף אַ גוטן ליטעראַרישן ייִדיש, צומאָל אויסגעמישט מיט דער סאָוועטישער פֿאָנעטישער אָרטאָגראַפֿיע.
סעראָוו איז געבוירן געוואָרן אינעם יאָר 1865, אין אַ פּעטערבורגער קריסטלעכער משפּחה. ער בלײַבט באַקאַנט ווי אַ קלאַסישער רוסישער קינסטלער. ווייניק מענטשן ווייסן אָבער, הגם מיט זײַן ביאָגראַפֿיע קאָן מען זיך באַקענען אין דער וויקיפּעדיע, אַז זײַן מאַמע האָט געשטאַמט פֿון געשמדטע ייִדישע דײַטשיש־שטאַמיקע טאַטע־מאַמע. זײַן טאַטע האָט אויך געשטאַמט פֿון קעניגסבערגער געקריסטלטע ייִדן.
סעראָווס מומע, אַדעלאַיִדאַ סימאָנאָוויטש, איז געווען אַ באַקאַנטע פּעדאַגאָגין, פֿאַרלעגערין און די ערשטע טעאָרעטיקערין פֿון עפֿנטלעכער קינדער־דערציִונג אין רוסלאַנד. איר מאַן, יעקבֿ סימאָנאָוויטש, איז אויך געווען אַ געשמדטער פּעטערבורגער ייִד. סעראָוו האָט געשאַפֿן אַ גאַנצע ריי באַקאַנטע פּאָרטרעטן פֿון זײַן מומע. ער האָט אויך געפֿירט לימודים אין דער קונסט־שול, וואָס זײַן מומע האָט געעפֿנט אין פּעטערבורג. סימאָנאָוויטשס טאָכטער, מאַריאַ, האָט כּסדר פּאָזירט פֿאַר סעראָווס פּאָרטרעטן, אַרײַנגערעכנט דאָס באַרימטע בילד „דאָס מיידל, באָשײַנט פֿון דער זון‟, געשאַפֿן אין 1888.
אַן אַנדער באַקאַנטע ייִדישע פֿרוי, וואָס באַווײַזט זיך אין סעראָווס ווערק, איז די באַרימטע באַלערינע אידע רובינשטיין — אַ געבוירענע אין כאַרקאָוו, אוקראַיִנע, אינעם יאָר 1883, לויט די דאָקומענטן פֿון דער דאָרטיקער כאָר־שיל. זײַענדיק אַ טאָכטער פֿון חשובֿע ייִדישע באַנקירן און פֿאַבריקאַנטן, האָט זי נישט געדאַרפֿט זיך שמדן, כּדי זיך צו באַזעצן אין דער רוסלענדישער הויפּטשטאָט, פּעטערבורג, וווּ אין איר תּקופֿה האָט מען אַרײַנגעלאָזט בלויז אַ קליינע צאָל הויך־פּראָפֿעסיאָנעלע ייִדן אָדער קינדער פֿון געוויסע ייִדישע משפּחות, וואָס האָבן פֿאַרדינט דאָס רעכט צו וווינען מחוץ דעם תּחום־המושבֿ.
רובינשטיין האָט זיך נישט געשעמט צו אַנטבלויזן איר גוף; צום מערסטן, איז באַקאַנט איר פּאָרטרעט, וועלכן סעראָוו האָט געשאַפֿן אין 1910. די באַלערינע האָט פּאָזירט נאַקעטערהייט, אָבער אָפּגערוקט אויף אַ זײַט. הגם אויפֿן בילד זעט מען בלויז איר פֿוס און רוקן, האָט דאָס ווערק אַרויסגערופֿן אַ סקאַנדאַל. לויט די עסטעטישע חושים פֿון יענער צײַט, איז אַ סך קריטיקער נישט געפֿעלן געוואָרן דאָס בילד פֿון גאָר אַ מאָגערע פֿרוי, וועלכע זעט אויס אין סעראָווס קינסטלערישער ווערסיע ווי אַ „סקעלעט‟. די אַמעריקאַנער קינסטלערין ראָמיין ברוקס האָט זי פֿאָטאָגראַפֿירט און אויסגעמאָלט אויף אַ מער אַנטפּלעקטן אופֿן; למעשׂה, זעט מען, אַז די טענצערין האָט געהאַט אַ נאָרמאַלע קאָמפּלעקציע, הגם טאַקע אַ דינע, ווי עס טויג פֿאַר אַ פּראָפֿעסיאָנעלער באַלערינע.
סעראָוו איז געווען אַ נאָענטער פֿרײַנד פֿונעם באַרימטן ייִדיש־רוסישן מאָלער יצחק לעוויטאַן, און געשאַפֿן אַ ריי לעוויטאַנס פּאָרטרעטן. ווי דער אַרטיקל אין דער ביראָבידזשאַנער צײַטונג דערציילט, האָט דער מאָסקווער גובערנאַטאָר, סערגיי אַלעקסאַנדראָוויטש, אָנגעהויבן אין 1891 אַ קאַמפּאַניע קעגן די ייִדישע סוחרים און בעל־מלאָכות. לעוויטאַנען האָט מען דעמאָלט אויך פֿאַרטריבן אויף אַ ווײַל פֿון דער שטאָט. פּונקט דעמאָלט האָט סעראָוו באַשלאָסן צו שאַפֿן זײַן קאָלעגעס און חבֿרס בילדער.
אָלגאַ סעראָוואַ, דאָס ווײַב פֿונעם קינסטלער, פֿאַרנעמט אַ ממשותדיק אָרט אין זײַנע ווערק. ער איז אָבער געווען פֿאַרליבט אין דער ייִדישער מעצענאַטקע הענריעטע הירשמאַן און אָנגעמאָלט אַ סעריע פֿון פֿינף אירע פּאָרטרעטן. די בילדער פֿון איר מאַן, וולאַדימיר הירשמאַן, האָבן זיך באַקומען סאַטיריש און חוזקדיק. אַזוי צי אַזוי, איז אינטערעסאַנט, אַז אַ גאַנצע ריי ייִדישע פֿרויען און מענער באַווײַזן זיך אין די גרעסטע קונסט־גאַלעריעס, אַרײַנגערעכנט דעם ניו־יאָרקער „מעטראָפּאָליטאַנער מוזיי‟, צווישן די ווערק פֿונעם וועלט־באַוווּסטן רוסישן קלאַסיקער. ס׳איז אויך מערקווירדיק, אַז אַן אַרטיקל אויף דער דאָזיקע טעמע איז דערשינען אויף ייִדיש אין רוסלאַנד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.