נישט לאַנג צוריק, האָט די באָסטאָנער נײַעס־וועבזײַט Wicked Local דערציילט וועגן דעם זינגערײַ־קרײַז, וואָס טרעפֿט זיך דעם לעצטן דאָנערשטיק פֿון יעדן חודש אינעם אָרטיקן בנין פֿונעם „אַרבעטער־רינג‟, כּדי צו זינגען צוזאַמאַן לידער אויף ייִדיש. די אָרגאַניזאַציע האָט באַדאַנקט די מחברטע, לאָראַ לאָוועט, פֿאַרן פֿאַרעפֿנטלעכן אַ שיינע דערציילונג וועגן דער טעטיקייט פֿון דער גרופּע „ייִדיש־זינג‟.
מיכאל כּ״ץ, וועלכער פֿירט אָן מיט די זינגערײַ־אונטערנעמונגען, האָט איבערגעגעבן, אַז דער קרײַז פֿאָקוסירט זיך אויף די פּראָגרעסיווע ווערטן פֿון דער וועלטלעכער ייִדישער קולטור. אַ סך פֿון די לידער, וואָס די באַטייליקטע זינגען צוזאַמען, האָבן צו טאָן מיטן ענין פֿון גלײַכקייט צווישן פֿרויען און מענער. די אַנדערע לידער שטאַמען פֿון דער טראַדיציאָנאַלער פֿאָלק־מוזיק. די מיטגלידער פֿון דער גרופּע האָבן צוגעגעבן, אַז זיי האָבן אויך ליב צו זינגען אויף די ווערטער פֿון אַזעלכע לינק־געשטימטע פּאָעטן, ווי מאָריס ראָזענפֿעלד.
לילי ווײַצמאַן, איינע פֿון די גרופּע־מיטגלידער, האָט באַמערקט אין אַ שמועס מיט לאָוועט, אַז ייִדיש איז אַ לעבעדיקע שפּראַך, להיפּוך צום פֿאַרשפּרייטן סטערעאָטיפּ. זי האָט צוגעגעבן, אַז זי קומט מיטצוזינגען נישט צוליב נאָסטאַלגיע, נאָר ווײַל דאָס איז אַ טייל פֿון איר קולטור. אַן אַנדער מיטזינגער, האַרי באָכנער, האָט צוגעגעבן, אַז ווען ייִדיש וואָלט געווען אַ „טויטע‟ שפּראַך, וואָלט ער נישט געדאַרפֿט צונויפֿשטעלן דאָס נײַע ייִדיש־ענגלישע ווערטערבוך, וועלכן ער האָט געשאַפֿן בשותּפֿות מיט סאָלאָן ביינפֿעלד און אַרויסגעגעבן אינעם יאָר 2012. דאָס ווערטעבוך אויף איבער 700 זײַטן איז אויך צוטריטלעך בחינם אין אַן עלעקטראָנישן פֿאָרמאַט אויף דער וועבזײַט Verterbukh.org.
לאָראַ לאָוועט הייבט אָן איר שילדערונג פֿונעם זינגערײַ־קלוב מיט דער סטערעאָטיפּישער קשיא: „צו וועט ייִדיש זיך אויפֿהייבן בײַ תּחית־המתים פֿונעם קבֿר?‟ די באַטייליקטע אין דער חודשלעכער אונטערנעמונג האָבן איר געענטפֿערט, אַז ייִדיש איז אַ בליִעננדיקע לעבעדיקע שפּראַך, וואָס האַלט אין איין אַנטוויקלען זיך. הגם די אַלגעמיינע צאָל ייִדיש־רעדער אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן איז געפֿאַלן זינט די 1980ער יאָרן, זענען אין ניו־יאָרק פֿאַראַן אַ גאַנצע ריי חסידישע קהילות, וואָס רעדן מיט זייערע קינדער טאָג־טעגלעך אויף ייִדיש.
אינעם באָסטאָנער ראַיאָן ברוקלײַן, וווּ דער „אַרבעטער־רינג‟ געפֿינט זיך, אַזוי ווי אין אַ סך אַנדערע ערטער אין אַמעריקע און אַרום דער וועלט, אינטערעסירן זיך נישט ווייניק ענטוזיאַסטישע מענטשן מיט דער שפּראַך, און לערנען זי אַקטיוו אויס. די אַקאַדעמישע שטודיעס פֿון ייִדיש זענען לעצטנס געוואָרן פּאָפּולערער — אַ סימן, אַז די שפּראַך לעבט ווײַטער און ציט צו אַ גרויסן אינטערעס מצד די היסטאָריקער און לינגוויסטן.
צווישן דעם זינגען, שמועסן די באַטייליקטע, וואָס זיצן אין אַ קרײַז, וועגן פֿאַרשיידענע אַקטועלע ענינים. ווען די זשורנאַליסטקע האָט זיי באַזוכט, האָבן אַ טייל מיטזינגער געפֿירט הייסע דעבאַטן וועגן די בעסטע זומער־לאַגערן מיט ייִדיש־אַקטיוויטעטן. כּדי צו מאַכן די לידער פֿאַרשטענדלעכער פֿאַר די, וואָס קענען נישט דעם ייִדישן אַלף־בית, צעטיילן די אָרגאַניזאַטאָרן דעם טעקסט אין אַ לאַטײַנישער טראַנסקריפּציע. פֿאַר אַ טייל אַסימילירטע ייִדן איז דווקא די ייִדישע שפּראַך דער ערשטער טראָט אין דער וועלט פֿון ייִדישקייט. איידער זיי באַקענען זיך מיט עבֿרי, ווילן זיי שוין זינגען אַ ייִדיש לידל.
דער באָסטאָנער „אַרבעטער־רינג‟ אָרגאַניזירט אויך כאָר־זינגערײַ. דעם 5טן דעצעמבער האָט אַן עולם פֿון 700 נפֿשות זיך פֿאַרזאַמלט אויף אַ קאָנצערט פֿון לידער אויף ייִדיש און לאַדינאָ, געזונגען דורכן כאָר „אַ בעסערע וועלט‟, וואָס די אָרגאַניזאַציע האָט געגרינדעט אין 1997.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.