די טעלעוויזיע־פּראָגראַם „שטיסל‟, וואָס דערציילט וועגן דעם לעבן פֿון אַ פֿרומען אַלמן און זײַן חרדישער געזעלשאַפֿט איז געוואָרן אַן אומדערוואַרטן שלאַגער צווישן מענטשן פֿון אַלע סעקטאָרן פֿון דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט. ס׳רובֿ פֿון דער פּראָגראַם קומט פֿאָר אויף העברעיִש מיט אַ סך ייִדישע ווערטער אַרײַנגעוואָרפֿן אָבער געוויסע סצענעס ווערן פֿאָרגעשטעלט אין גאַנצן אויף ייִדיש.
צווישן די העלדן אויף דער פּראָגראַם איז שטיסלס מאַמע, אַ ייִדישע טאָכטער פֿון דער שארית־הפּליטה וואָס האַלט אין ווערן עובֿר־בטל. לאה קיניגס פֿאָרשטעלונג פֿון שטיסלס מאַמע רירט אָן דאָס האַרץ, אַפֿילו אַז איר העלדין קען זײַן גאָר שווער צו פֿאַרטראָגן. אין איין סצענע קומט שטיסל איר צו באַזוכן צוזאַמען מיט זײַן כּלה מנוחה. מנוחה האַלט אין איין ווינטשן שטיסלס מאַמע נחת און ברכות אָבער קאָעניגס העלדין וויל פֿון דעם ניט הערן. דער סוף פֿון דער סצענע האָט שאָקירט דעם עולם און גורם געווען אַ גרויסע דעבאַטע אויף „פֿייסבוק‟ וועגן דעם, צי די מאַמע איז פּשוט עובֿר־בטל, צי זי פֿאַרשטייט עפּעס וועגן מנוחה, וואָס איר זון כאַפּט ניט. ווי עס זאָל ניט זײַן, באַשליסט שטיסל אין גיכן, אַז ער וועט ניט חתונה האָבן מיט מנוחה.
שיינע ווײַס, אַ פּאָסט־דאָקטאָראַנקטע בײַם „תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט‟ דערקלערט אין איר אַרטיקל וועגן דער סעריע אין „אין געוועב‟, אַז די פּראָגראַם פֿאַרמאָגט מער ייִדיש ווי אַלע אַנדערע ישׂראלדיקע פּראָגראַמען, וואָס מע האָט ביז אַהער געמאַכט. אין פֿאַרגלײַך מיט דער שיטה אויף דער אַמעריקאַנער טעלעוויזיע באַווײַזט זיך דער ייִדיש אין „שטיסל‟ ניט ווי אַ פּאָר ווערטער וואָס זאָלן אַרויסברענגען אַ געלעכטער, נאָר ווי אַן ערנסטער מיטל, דורך וועלכן מע קען מער רעאַליסטיש אָפּשפּיגלען די חרידישע געזעלשאַפֿט. ווי ווײַס האָט אויסגעפֿונען בײַם פֿרעגן דעם פּראָדוצענט פֿון דער סעריע, איז עס ניט גרינג צו פֿילמירן די סצענעס אויף ייִדיש ווײַל מע דאַרף קודם איבערזעצן דעם סצענאַר און דערנאָך אויסלערנען די אַקטיאָרן ווי אַזוי אַרויסצורעדן די ווערטער.
ווי מע קען זען פֿונעם דאָזיקן שטיקל איז עס זיי טאַקע געלונגען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.