דער ייִוו״אָ־אינסטיטוט האָט דערציילט אויף זײַן וועבזײַט וועגן אַן אינטערעסאַנטן טייל פֿון מתּתיהו סטראַשונס ביבליאָטעק — אַסטראָנאָמישע טאַבעלעס און אילוסטראַציעס אין אַ ריי ספֿרים, וואָס עס גייט אַ רייד וועגן דעם ייִדישן לוח.
די שער־בלעטער פֿון אַ סך אַלטע ספֿרים זענען באַגלייט מיט פּרעכטיקע אָרנאַמענטן און בילדער. אַ טייל פֿון זיי — למשל, אַלטע טײַטש־חומשים אויף ייִדיש, פּסחדיקע הגדות און האַנטשריפֿטלעכע סידורים — אַנטהאַלטן שיינע אילוסטראַציעס אינעווייניק. ס׳איז פֿאַראַן אָבער אַ ספּעציפֿישער זשאַנער פֿון „ספֿרי עבֿרונות‟, וווּ עס ווערט דערקלערט, ווי דער גאַנג פֿון דער זון און דער לבֿנה אינעם הימל במשך פֿונעם יאָר באַשטימט דעם ריטעם פֿונעם ייִדישן לעבן. אין די קאַלענדאַרישע חשבונות טרעפֿן זיך גאָר אינטערעסאַנטע בילדער, צומאָל גאַנץ שיינע און קאָליריקע.
אינעם יאָר 1886 איז אַרויס הרבֿ יוסף גינזבורגס „עתּים לבֿינה‟. אַ גרויסער טייל פֿונעם ספֿר שטעלט מיט זיך פֿאָר טאַבעלעס פֿון ייִדישע יום־טובֿים, אָנהייבנדיק פֿונעם יאָר, ווען די אויסגאַבע איז געדרוקט געוואָרן, ביזן ייִדישן יאָר ה׳תת״ר (6,000) אָדער 2,240 לויט דער קריסטלעכער צײַט־רעכענונג. ווי עס שטייט אין גמרא, דאַרף משיח צו יענער צײַט שוין קומען, ווען די גאַנצע וועלט וועט באַנײַט ווערן.
די אַסטראָנאָמישע און אַסטראָלאָגישע חשבונות אין „עתּים לבֿינה‟ ווערן באַגלייט מיט אַ צאָל בילדער און דיאַגראַמען. באַזונדערס איז אָבער אינטערעסאַנט דער עטנאָגראַפֿישער מאַטעריאַל אינעם ספֿר. אין זײַנע חשבונות פֿון די זמנים פֿאַר תּפֿילות און ליכט־צינדן דערמאָנט גינזבורג אַ לאַנגע רשימה פֿון פֿאַרשיידענע שטעטלעך, דערפֿלעך און אײַזנבאַן־סטאַנציעס, וווּ אינעם 19טן יאָרהונדערט זענען געווען ממשותדיקע ייִדישע קהילות. אינעם אַרטיקל אויף דער וועבזײַט פֿונעם פֿאָרש־אינסטיטוט ווערן געוויזן צוויי קאָליריקע אילוסטראַציעס פֿונעם ספֿר, אַרײַנגערעכנט אַ סכעמע פֿון די פּלאַנעטן אין דער זון־סיסטעם לויט דער הײַנטצײַטיקער קאָפּערניקס שיטה, מיט דער זון אינעם צענטער. אין די מיטל־עלטערלעכע ספֿרים פֿונעם זעלבן זשאַנער דרייען זיך די זון און די לבֿנה אַרום דער ערד. ווי עס ווערט דערמאָנט אינעם אַרטיקל, האָט אלישבֿע קאַרלעבאַך אָנגעשריבן אינעם יאָר 2011 אַ גאַנץ בוך וועגן „ספֿרי עבֿרונות‟, וווּ די ייִדישע דאַטעס ווערן אָפֿט דערמאָנט פּאַראַלעל מיט די קריסטלעכע אָדער מוסולמענישע.
מתתיהו סטראַשון (1817—1885) איז געווען אַ ווילנער משׂכּיליש־געשטימטער רבֿ און אַ גרויסער זאַמלער פֿון ספֿרים און אַנדערע היסטאָרישער דאָקומענטן. ווען דער זאַמלער איז ניפֿטר געוואָרן, האָט ער איבערגעגעבן זײַן ריזיקע ביבליאָטעק פֿון 20,000 בענדער צו דער ווילנער ייִדישער קהילה. ס׳זעט אויס, אַז דער דערמאָנטער אַסטראָנאָמישער ספֿר איז צוגעגעבן געוואָרן צו דער ביכער־קאָלעקציע אינגיכן נאָך זײַן פּטירה.
די נאַציס האָבן קאָנפֿיסקירט סטראַשונס זאַמלונג און צעשטערט אַ טייל פֿון איר. נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט מען אַנטדעקט די ביכער און איבערגעשיקט זיי קיין אַמעריקע, אינעם ייִוו״אָ־אינסטיטוט, וועלכער האָט זיך לכתּחילה געפֿונען אין ווילנע. אַ טייל פֿון דער קאָלעקציע געפֿינט זיך אויך אינעם ירושלימער „העברעיִשן אוניווערסיטעט‟. צום יאָר 2020 פּלאַנירט דער אינסטיטוט איבערצופֿירן אַלע מאַטעריאַלן פֿון סטראַשונס ביבליאָטעק אין אַ קאָמפּיוטער־פֿאָרמאַט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.