ניט געקוקט אויף דעם, וואָס „גאָדאָ‟ באַווײַזט זיך קיינמאָל ניט אין סעמיועל בעקעטס פּיעסע „וואַרטנדיק אויף גאָדאָ‟, פֿאָרט דער „נײַער ייִדישער רעפּערטואַר־טעאַטער‟ נאָך אַ מאָל אין אויסלאַנד, כּדי צו „וואַרטן‟ אויף אים דאָרט. אין 2014 האָט מען דעם טעאַטער פֿאַרבעטן פֿאָרצושטעלן זייער ייִדישן נוסח בײַם בעקעט־פֿעסטיוואַל אין עניסקילין, צפֿון־אירלאַנד.
איצט שטעלט פֿאָר די טרופּע זייער ייִדישן „גאָדאָ‟ אין פּאַריז, בײַ דעם ערשטן אָרטיקן פֿעסטיוואַל, געווידמעט די ווערק פֿון סעמיועל בעקעט. די טרופּע איז געווען די איינצטיקע גרופּע אַרטיסטן פֿון אַמעריקע, וואָס מע האָט זי פֿאַרבעטן אויפֿן פֿעסטיוואַל. דער פֿעסטיוואַל ווערט אָרגאַנזירט דורכן „בעקעט־פֿעסטיוואַל‟ אין עניסקילין, צפֿון־אירלאַנד, ווי אַן אויסדרוק פֿון סאָלידאַריטעט מיט די פֿראַנצויזן נאָך די טעראָריסטישע אַטאַקן, וואָס זענען פֿאָרגעקומען אין פּאַריז דעם פֿאַרגאַנגענעם נאָוועמבער. ווי עס דערקלערט דוד מאַנדעלבאַום אין אַ פֿילם, וואָס ער האָט אַרויפֿגעשטעלט אויף „יו־טוב‟, כּדי צו שאַפֿן געלט צו דעקן די הוצאות פֿאַרן פֿאָרן קיין פּאַריז, וויל דער „נײַער ייִדישער רעפּערטואַר־טעאַטער‟ אויך אויסדריקן אַחדות מיט די פּאַריזער ייִדן און די פּליטים, וואָס ווערן אַרויסגעטריבן פֿון זייערע היימען צוליב שׂינאה. ווי עס פּאַסט פֿאַר „וואַרטנדיק אויף גאָדאָ‟, וועט די פּיעסע פֿאָרגעשטעלט ווערן אין אַ בנין, אין וועלכן מע האָט באַהויזט פּליטים נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה.
חוץ דער שטיצע פֿונעם אירלענדישן קולטור־צענטער אין פּאַריז, ווערט די פּראָדוקציע אויך אונטערגעשטיצט דורך דער MidAtlantic Arts Foundation, וואָס האָט געגעבן דעם „ניו־ייִדיש־רעפּ‟ אַ פּרעסטיזשפֿולען סובווענץ פֿאַר די אַמעריקאַנער אַרטיסטן, וואָס ווילן אויפֿטרעטן אין אויסלאַנד. אין דער פֿאָרשטעלונג וועלן אָנטיילנעמען שיין בייקער (וולאַדימיר), דוד מאַנדעלבאַום (עסטראָגאַן), רפֿאל גאָלדוואַסער (לאָקי) און בן ראָזענטאַל (פּאָצאָ). איזאַק סיגאַל וועט שפּילן „דאָס ייִנגל‟.
דער ייִדישער „וואַרטנדיק אויף גאָדאָ‟, אונטערן רעזשי פֿון משה יאַסור, וועט געשפּילט ווערן פֿונעם 15טן ביזן 21טן מאַרץ.
נאָך אינפֿאָרמאַציע: https://www.yesgolive.com/commencez-paris-beckett/vartn-af-godot-en-attendant-godot-beckett.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.