פֿונעם 1טן ביזן 5טן מײַ וועט אין דער אַמעריקאַנער שטאָט מעדיסאָן, שטאַט וויסקאָנסין, פֿאָרקומען דער פֿעסטיוואַל „אַרויס פֿון די שאָטנס‟ (Out of the Shadows), געווידמעט דער ייִדישער מוזיק, ליטעראַטור און טעאַטראַלישער קונסט. אויפֿן פֿעסטיוואַל פּלאַנירט מען צום ערשטן מאָל שפּילן יעקבֿ (יאַק) ווײַנשטיינס פֿאַרגעסענע קאַבאַרע־אָראַטאָריע „מוטער רחל און אירע קינדער‟, אָנגעשריבן אין 1948 — אַ זעלטן פֿריִיִק אָנדענק־ווערק וועגן די אומגעקומענע ייִדן, געשאַפֿן בלויז מיט 3 יאָר נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה.
דעם 8טן מאַרץ האָט ד״ר סימאָ מויִר, אַ פֿאָרשער פֿון ייִדיש און מוזיק אינעם לידס־אוניווערסיטעט אין ענגלאַנד, דערציילט אויף דער וועבזײַט Yiddishstage.org, אַז אינעם יאָר 2005 האָט ער אַנטדעקט אַ גאַנצן צימער, פֿול מיט וויכטיקע ייִדישע אַרכיוו־מאַטעריאַלן אין העלסינקי, די הויפּטשטאָט פֿון פֿינלאַנד. דעמאָלט האָט מויִר, אַליין אַ פֿינלענדער, געאַרבעט אינעם שטאָטישן נאַציאָנאַלן אַרכיוו. צווישן טויזנטער דאָקומענטן פֿון דער אָרטיקער ייִדישער קהילה האָט ער געפֿונען אַ גאַנצע קופּע פּיעסעס אויף ייִדיש, אָנגעשריבן אין דער ערשטער העלפֿט פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט, אַרײַנגערעכנט אַ צאָל פֿריִער אומבאַקאַנטע אָדער פֿאַרלוירענע ווערק.
הײַנט באַטרעפֿט די ייִדישע קהילה אין פֿינלאַנד בלויז אַרום 1,500 נפֿשות. אין די 1920ער און 1930ער יאָרן האָט אָבער אינעם לאַנד געבליט אַ אַקטיוו קולטורעל לעבן אויף ייִדיש. אינעם יאָר 1923 האָט אַן אָרטיקער ענטוזיאַסט, יאַק ווײַנשטיין, געגרינדעט אין העלסנקי די „ייִדישע דראַמאַטישע געזעלשאַפֿט‟.
ווײַנשטיין איז געבוירן געוואָרן אינעם יאָר 1883 אין דער פֿינישער הויפּשטאָט. זײַן טאַטע איז געווען אַ געוועזענער מיליטער־מאַן פֿון דער רוסלענדישער אַרמיי. פֿינלאַנד איז דעמאָלט געווען אַן אונטערטאַן פֿון דער רוסישער אימפּעריע. ווי אַ קינד, האָט ער זיך געלערנט סײַ אין אַ חדר, סײַ אין אַ רוסישער מלוכישער שול. שפּעטער, האָט ער פֿאַרענדיקט אַ שוועדיש־שפּראַכיקע גימנאַזיע און שטודירט יוריספּרודענץ אינעם קיניגלעכן „אַלעקסאַנדר־אוניווערסיטעט‟ אין העלסינקי.
אין דער דרײַ־שפּראַכיקע סבֿיבֿה, האָבן דעמאָלט אין העלסינקי געבליט טעאַטערס אויף שוועדיש, פֿיניש און רוסיש. ווען ווײַנשטיין האָט געדינט אין דער אַרמיי בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה, האָט ער זיך באַקענט מיטן אייראָפּעיִשן קאַבאַרע־סטיל. ווען פֿינלאַנד איז געוואָרן אַן אומאָפּהענגיק לאַנד, אינעם יאָר 1917, האָט ער באַשלאָסן דאָרטן צו שאַפֿן אַן אייגענעם קאַבאַרע־קלוב — אויף ייִדיש.
צווישן ווײַנשטיינס פּיעסעס, קאָמעדיעס, אָפּערעטעס און קאַבאַרע־ספּעקטאַקלען האָט מויִר געפֿונען אַ צאָל ווערק, אָנגעשריבן מיט לאַטײַנישע אותיות אויף דעם מחברס ליטווישן דיאַלעקט פֿון ייִדיש, מיטן כאַראַקטעריסטישן דיפֿטאָנג, וואָס דערמאָנט „איי‟ אַנשטאָט „אוי‟ אין דער ליטעראַרישער שפּראַך. אין זײַנע ווערק פֿילט זיך אַ השפּעה פֿון רוסישע, שוועדישע און אַמעריקאַנער פּאָפּולערע לידער פֿון זײַן תּקופֿה.
אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע לענדער, וואָס האָבן קאָלאַבאָרירט מיט נאַצי־דײַטשלאַנד בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, האָט מען אין פֿינלאַנד נישט אײַנגעפֿירט קיין אַנטיסעמיטישע געזעצן. אַדרבה, אַ טייל הײַנטיקע ייִדן האָבן געקעמפֿט קעגן דעם ראַטן־פֿאַרבאַנד צוזאַמען מיט די דײַטשע זעלנער. ווײַנשטיין האָט ווײַטער געשריבן זײַנע ספּעקטאַקלען בעת דעם חורבן, הגם שפּילן זיי האָט ער נישט געקאָנט. פֿון די שוועדישע צײַטונגען האָט ער געוווּסט וועגן דעם שוידערלעכן גענאָציד פֿון ייִדן. אין די מלחמה־יאָרן, האָט ער אָנגעשריבן אַ צאָל לידער וועגן דעם ייִדישן חורבן אויף שוועדיש.
די חורבן־אָראַטאָריע, וואָס מויִר האָט אַנטדעקט אינעם אַרכיוו, איז באַגרינדעט, אין אַ גרויסער מאָס, אויף דער טראַדיציאָנעלער ייִדישער חזנות־מוזיק. ס׳איז נישט קלאָר, צי מע האָט זי פֿריִער וווּ־ניט־איז געשפּילט. ווײַנשטיין איז ניפֿטר געוואָרן אין 1976. איצט האָפֿן די אָרגאַניזאַטאָרן פֿונעם קומענדיקן פֿעסטיוואַל אין וויסקאָנסין אויפֿצולעבן די פֿאַרגעסענע ווערק פֿונעם פֿיניש־ייִדישן דראַמאַטורג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.