אַ רוסישער דיפּלאָמאַט האָט דינסטיק זיך באַמיט צו פֿאַרזיכערן ישׂראל, אַז איר זיכערהייט וועט נישט געשעדיקט ווערן פֿון דעם וואָס מאָסקווע ציט צוריק אַ טייל פֿון אירע מיליטערישע כּוחות אינעם סירישן בירגערקריג, אָבער אַ הויך־ראַנגיקער ישׂראלדיקער געזעץ־געבער האָט געזאָגט, אַז ס׳איז נאָך צו פֿרי צו וויסן די קאָנסעקווענצן דערפֿון.
די ישׂראלדיקע באַאַמטע האָבן פּריוואַט געזאָגט, אַז די מיליטערישע כּוחות, וואָס דער רוסישער פּרעזידענט וולאַדימיר פּוטין האָט אַרײַנגעשיקט פֿאַראַיאָרן צו העלפֿן דעם סירישן פּרעזידענט באַשאַר אַסאַד אין זײַן 5־יאָריקער מלחמה קעגן די אויפֿשטענדלער, האָט אויך באַוויזן אײַנצוצאַמען אַסאַדס אַנטי־ישׂראלדיקע אַליִיִרטע — איראַן און לבֿנונס „כעזבאָלאַ‟־מיליץ.
ישׂראל האָט אויך גענאָסן פֿון אַ דירעקטער קאָמוניקאַציע־ליניע צו דער הויפּט רוסישער לופֿטבאַזע אין סיריע, כמיימים, וואָס האָט דערמעגלעכט די ייִדישע מדינה ממשיך צו זײַן אירע אַטאַקן אויף פֿאַרדעכטיקטע „כעזבאָלאַ‟־ אָדער איראַנישע אָפּעראַציעס קעגן ישׂראל, אָן דער סכּנה, אַז ישׂראל זאָל נישט על־פּי־טעות באַפֿאַלן די רוסישע כּוחות.
רוסלאַנד האָט איבערראַשט די וועלט־כּוחות מאָנטיק, ווען זי האָט געמאָלדן, אַז דער גרעסטער טייל פֿון אירע כּוחות אין סיריע וועלן אין גיכן אָנהייבן זיך צוריקציִען. דער רוסישער וויצע־אַמבאַסאַדאָר אין ישׂראל האָט דינסטיק דערקלערט, אַז די צוזאַמענאַרבעט צווישן ביידע לענדער וואָס שייך סיריע וועט אָנגיין ווײַטער אַזוי ווי פֿריִער.
„מיר וועלן זיך באַמיִען צו פֿאַרזיכערן, אַז דער קריזיס (אין סיריע) זאָל געלייזט ווערן, און מיר וועלן טאָן אַלץ מעגלעך, אַז ישׂראלס נאַציאָנאַלע זיכערהייט זאָל נישט ווערן באַדראָט,‟ האָט דער שליח, אַלעקסיי דראָבינין, געזאָגט דער ישׂראלדיקער נײַעס־זײַט Ynet. קיין פּרטים האָט ער אָבער נישט אָנגעגעבן.
אין באַזונדערע באַמערקונגען צו דער ישׂראלדיקער אַרמיי־ראַדיאָ, האָט דראָבינין געזאָגט, אַז רוסלאַנד וועט אויך אָנהאַלטן מיליטערישע כּוחות אין אַ צענטער פֿון די מיטלענדישע ים־כּוחות אין טאַרטוס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.