דינסטיק, דעם 15טן מאַרץ, האָבן זיך פֿאַרזאַמלט אין דער שטאָט בוענאָס־אײַרעס אַ 400 דעלעגאַטן פֿון דער גאָרער װעלט אויף דער קאָנפֿערענץ פֿון ייִדישן װעלט־קאָנגרעס. בײַ דער דערעפֿענונג האָט געהאַלטן די הויפּט־רעדע דער אַרגענטינער פּרעזידענט מאַוריסיאָ מאַקרי; און דער פּאַראַגװײַער פּרעזידענט האָראַסיאָ קאַרטעס איז באַערט געװאָרן פֿאַר זײַן שטיצן מדינת־ישׂראל.
ראָנאַלד לאַודער, פֿאָרזיצער פֿון װעלט־קאָנגרעס, האָט אין זײַן עפֿנװאָרט געזאָגט, אַז דער װעלט־קאָנגרעס האָט אָרגאַניזירט די קאָנפֿערענץ אין בוענאָס־אײַרעס, זיך צו סאָלידאַריזירן מיטן גרעסטן ייִשובֿ אין לאַטײַן־אַמעריקע; און װי אַ פֿאָרעם פֿון פּראָטעסט, װאָס די אַרגענטינער יוסטיץ האָט נאָך איבער 20 יאָר נישט געפֿונען די שולדיקע אין די אַטענטאַטן אויף דער אַמבאַסאַדע און אויפֿן קהילה־בנין. דאָס ייִדישע פֿאָלק האָט געפֿונען אַ פֿרײַנד אין דעם נײַעם אַרגענטינער פּרעזידענט. אין זײַן װאָרט האָט מאַקרי געזאָגט, אַז פּונקט װי ער האָט עס געזאָגט דעם ישׂראלדיקן פּרעמיער בנימין נתניהו, װעט זײַן רעגירונג טאָן דאָס מעגלעכסטע מען זאָל קענען געפֿינען די שולדיקע און קעמפֿן צוזאַמען מיט דער דעמאָקראַטישער װעלט פֿאַר אַ װעלט פֿון שלום און גערעכטיקייט.
אַ דעלעגאַציע פֿון בײַשטײַערס און פּראָפֿעסיאָנאַלן פֿון „האָלאָקאַוסט־מוזיי‟ אין װאַשינגטאָן האָט באַזוכט בוענאָס־אײַרעס. דער אַרגענטינער ייִװאָ, װאָס האָט מיט דעם מוזיי געמיינזאַמע פּראָיעקטן, האָט זיי אויפֿגענומען, מאָנטיק דעם 14טן מאַרץ, אויף אַ פֿײַערלעכער טרעפֿונג, װוּ עס זײַנען געװיזן געװאָרן די רעזולטאַטן פֿון דער אַרבעט. מען האָט אויך בײַ דער געלעגנהייט באַערט די װאָלונטירער, װאָס אַרבעטן מיט מיט די טעטיקייטן פֿון דעם אַרגענטינער ייִװאָ.
דינסטיק האָט הרבֿ שמעון מאָגילעװסקי, אויפֿן בית־עולם, בײַם מאָנומענט לזכר די קדושים פֿונעם חורבן, אָנגעפֿירט מיט אַ צערעמאָניע און באַערט אויך יוסף מאָסקאָװיטש, לאַנג־יאָריקער קעמפֿער פֿאַר די רעכט פֿון דער שארית־הפּליטה אין אַרגענטינע, און אַ כּסדרדיקער שטיצער פֿון דעם ייִװאָ. דער אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדאָר האָט אויך אויפֿגענומען די געסט און פֿאָרשטייערס פֿון ייִשובֿ. די דעלעגאַציע האָט צוגעזאָגט װײַטער צו שטיצן די טעטיקייטן פֿון ייִװאָ און ספּעציעל מיטהעלפֿן דאָס בויען אַ נײַע היים פֿאַרן אַרגענטינער ייִװאָ.
בײַ דער געלעגנהייט האָט דער ייִװאָ פּרעזענטירט די טעמעס פֿונעם נאַציאָנאַלן סעמינאַר „ייִדיש אין 21סטן יאָרהונדערט‟, װאָס װערט אָרגאַניזירט מיט דער שטיצע פֿון דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה און דעם ייִדישן צענטער פֿון ייִדישן װעלט־קאָנגרעס אין װילנע צװישן 9טן און 11טן אַפּריל.
שבת, דעם 12טן מאַרץ האָבן טויזנטער מענטשן מאַרשירט איבער די גאַסן פֿון פּײַסאַנדו, אורוגװײַ. זיי האָבן דעמאָנסטרירט קעגן דעם מאָרד פֿון דוד פֿרוינד, אַ ייִדישער סוחר פֿון דער שטאָט בײַ דער גרענעץ מיט אַרגענטינע. קאַרלאָס אָמאַר פּעראַלטאַ, װאָס האָט איבערגענומען דעם מוסולמענישן גלויבן און געביטן זײַן נאָמען אויף אַבדולאַ אָמאַר, האָט אים אַטאַקירט מיט אַ מעסער און אים דערהרגעט בײַ דער טיר פֿון זײַן געשעפֿט. ער האָט געשריגן „אַלאַ איז גרויס‟, און װען די פּאָליציי האָט אים אַרעסטירט, האָט ער דערקלערט, אַז ער האָט עס געטאָן אין נאָמען פֿון איסלאַם, און אַז ער האָט באַקומען אַ באַפֿעל פֿון יענער װעלט דאָס צו טאָן. דער איסלאַמישער צענטער אין אורוגװײַ האָט פֿאַרדאַמט דעם טאַט, און אויך די קהילות פֿון מאָנטעװידעאָ און בוענאָס־אײַרעס האָבן אַרויסגעגעבן דערקלערונגען קעגן דעם פֿאַל, װאָס האָט אַרײַנגעפֿירט אין דרום־אַמעריקע דעם מאָדעל פֿון דער „אינטיפֿאַדע‟. דעם מאַרש האָבן אָרגאַניזירט נישט נאָר ייִדישע אינסטיטוציעס, נאָר אַלע פֿאַקטאָרן פֿון פּייסאַנדו און גאַנץ אורוגװײַ האָבן זיך באַטייליקט אין דער דעמאָנסטראַציע.
די „דאַיאַ‟ האָט פּרעזענטירט מיטװאָך דעם 9טן מאַרץ אַן אַפּליקאַציע פֿאַר מאָבילקעס, מיט װעלכע מען װעט קענען אינפֿאָרמירן װעגן אַקטן פֿון דיסקרימינאַציע און אַנטיסעמיטיזם. אויף אַ לײַכטער פֿאָרעם װעט מען קענען אָנװענדן די נייטיקע מיטלען אויסצומײַדן אָדער אויפֿצונעמען אָנקלאַגעס.
דער קולטור־דעפּאַרטאַמענט פֿון דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה האָט אָנגעהויבן 3 נײַע קורסן דעם 15טן מאַרץ. פּראָפֿ׳ דוד פֿוקס װעט אַנטװיקלען די טעמע „װלאַדימיר יאַנקעלעװיטש און דער ייִדישער באַװוּסטזײַן‟, ברוך חיים טשעלגער װעט פֿאָרזעצן מיט זײַן פֿאַראַיאָריקן קורס װעגן קבלה, און פֿעדעריקאָ ספּאָליאַנסקי װעט הײַיאָר אין זײַן קורס װעגן אָפּערע אַרײַננעמען די ייִדישע טעמאַטיק.
בעת די פֿײַערונגען פֿון „אינטערנאַציאָנאַלן טאָג פֿון דער פֿרוי‟ האָט די בוענאָס־אײַרעסער קהילה באַערט דעם 8טן מאַרץ דרײַ פּראָמינענטע פֿרויען: די װעלט־באַרימטע פּיאַניסטין, מאַרטאַ אַרגעריטש; די סקולפּטאָרין — אסתּר באַרוכעל, און בערטאַ בראַסלאַװסקי, די פּיאָנערין פֿון דער דערציִונג פֿאַר קינדער מיט ספּעציעלע אייגנשאַפֿטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.