נישט לאַנג צוריק, האָט דער ייִוואָ־אינסטיטוט פֿאַרעפֿנטלעכט אַ פּרטימדיקן פּלאַן פֿון דער זומער־נסיעה איבער די היסטאָרישע ייִדישע מקומות אין מיזרח־אייראָפּע, וועלכע וועט פֿאָרקומען פֿונעם 22סטן יוני ביזן 3טן יולי. די באַטייליקטע וועלן באַזוכן ווילנע, קאָוונע, ביאַלאָסטאָק, וואַרשע, לאָדזש, לובלין, קראָקע און אַנדערע ערטער, וואָס זענען פֿאַרן חורבן געווען גרויסע צענטערס פֿונעם בליִענדיקן ייִדישן לעבן. דער טור ווערט אָנגערופֿן „מיזרח־אייראָפּע: שרשים און ווידערגעבורט‟. די נסיעה ווערט אָרגאַניזירט בשותּפֿות מיט דער „פֿאָרווערטס‟־אַסאָציאַציע.
במשך פֿון דער נסיעה, וועלן די אָנטיילנעמער אויך באַזוכן אַזעלכע טרויריק באַרימטע ערטער, ווי טרעבלינקע, יעדוואַבנע, מײַדאַנעק און אוישוויץ. אין די געוועזענע גרויסע צענטערס פֿון ייִדישקייט וועלן זיי זיך באַקענען מיט פֿאַרשיידענע שפּורן פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן, אַרײַנגערעכנט די בית־עולמס און אַלטע בנינים פֿון שילן און ישיבֿות.
ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז די נסיעה איז לאַוו־דווקא פּאַסיק פֿאַרן פֿרומען עולם. דעם ערשן שבת דעם 25סטן יוני, פּלאַנירט מען אַרומצופֿאָרן טראָק און ביאַלסאָטאָק. טראָק, וואָס געפֿינט זיך נישט ווײַט פֿון ווילנע, איז באַקאַנט ווי אַן אַמאָליקער צענטער פֿון די ליטווישע קראָים אָדער קאַראַיִמער, וועלכע האָבן געשאַפֿן אַן אייגענע אייגנאַרטיקע שפּראַך, פֿאַרבונדן מיט טערקיש. די אַלטע קאַראַיִמישע שיל, „קענעסע‟, איז איינע פֿון די היסטאָרישע מערקווירדיקייטן פֿון דער שטאָט. דעם צווייטן שבת פֿון דער נסיעה, קלײַבט מען זיך צו באַזוכן אַ גאַנצע ריי מוזייען אין קראָקע.
ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז די אַמעריקאַנער חסידים אָרגאַניזירן שוין לאַנג אייגענע נסיעות, דווקא מיט אַ פֿאַרקערטן פֿרומען טעם, וואָס נעמען אָפֿט אַרום גרעסערע שטחים, ווי דער פּלאַנירטער טור פֿון ייִוואָ. בעת אַ טיפּישן חסידישן טור באַזוכט מען צענדליקער באַקאַנטע שטעטלעך אין אוקראַיִנע, וווּ דער בעל־שם־טובֿ און זײַנע תּלמידים האָבן געגרינדעט די חסידישע באַוועגונג, פּוילן און אונגערן. זײַענדיק חסידים, באַזוכן זיי אָבער דווקא נישט די מתנגדישע ליטע. אַזעלכע פֿרומע טורן פֿאָקוסירן זיך, דער עיקר, נאָר אויף די קבֿרים פֿון גרויסע באַרימטע צדיקים, ווי אויף די אַלטע שילן פֿון פֿאַרשיידענע גרויסע רביים.
צום מערסטן איז באַרימט דער ריזיקער עולם פֿון צענדליקער טויזנט חסידים, וואָס קומט אויף ראָש־השנה קיין אומאַן, וווּ עס באַווײַזן זיך יעדעס יאָר אַלץ מער מענטשן. אַ סך פּילגרימען באַטייליקן זיך אויך אין די דערמאָנטע נסיעות. אַ גרויסער עולם פֿאַרזאַמלט זיך אויך שבֿועות אין אומאַן אין מעזשביזש, אויף דעם בעל־שם־טובֿס יאָרצײַט.
די לאָס־אַנדזשעלער אָרגאַניזאַציע „ייִדישקייט‟ לייגט פֿאָר אַן אַנדערע ווערסיע פֿון ייִדישע נסיעות קיין אייראָפּע, ווי אַ טייל פֿונעם עקספּעדיציע־פּראָיעקט „העליקס‟. די אָרגאַניזאַציע פֿאָקוסירט זיך אויף ייִדיש און פֿאַרשיידענע קולטורעלע ענינים, און שטיצט די בונדיסטישע אידעאָלאָגיע פֿון „דאָיִקייט‟, באַטראַכטנדיק מיזרח־אייראָפּע נישט ווי דעם צענטער פֿון דער אונטערגעגאַנגער שטעטל־וועלט, נאָר ווי אַ לעבעדיקן המשך פֿון דער ייִדישער קולטור. אַזוי צי אַזוי, איז מערקווירדיק, אַז דער ייִדישער טוריזם קיין מיזרח־אייראָפּע אַנטוויקלט זיך הײַנט אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים.
שײַכותדיקע אַרטיקלען: //yiddish2.forward.com/node/4902, //yiddish2.forward.com/node/1616
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.