אַ לאַנגע נסיעה פֿון ליטע ביז טוניס

Long Journey From Lithuania to Tunisia

אַבֿרהם מאַפּו אַ ייִד אינעם הײַנטיקן טוניס
GettyImages
אַבֿרהם מאַפּו אַ ייִד אינעם הײַנטיקן טוניס

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published March 18, 2016, issue of April 15, 2016.

אינעם לעצטן יערלעכן זאַמלבוך פֿונעם פֿאָרש־פּראָיעקט „פֿאַרשיידענע שטודיעס פֿון אַראַבער און ייִדן‟, וואָס דער גרענאַדער אוניווערסיטעט אין שפּאַניע גיט אַרויס זינט 1991, זענען אַרײַן אַ צאָל אינטערעסאַנטע אַרטיקלען וועגן דער ספֿרדישער געשיכטע און קולטור. איין אַרטיקל, וואָס האָט צו טאָן דווקא מיט אַ באַקאַנטן אַשכּנזישן מחבר פֿון ד״ר טאַניאַ־מאַריִאַ־גאַרסיאַ אַרעוואַנאָ, איז נישט לאַנג צוריק פּובליקירט געוואָרן פֿרײַ פֿון אָפּצאָל אויף דער וועבזײַט Academia.edu.

דער שרײַבער־ראָמאַניסט אַבֿרהם מאַפּו ווערט אָפֿט באַטראַכט ווי דער ערשטער מאָדערנער העברעיִשער שרײַבער. אויפֿן סמך פֿונעם פֿראַנצויזישן ראַמאָנטיזם, האָט ער אין זײַן ראָמאַן „אַהבֿת־ציון‟ בילדעריש געשילדערט דאָס אַמאָליקע ייִדישע לעבן אין ארץ־ישׂראל. שפּעטער, איז דער ראָמאַן שטאַרק געפֿעלן געוואָרן די ציוניסטן. אַ געבוירענער אין קאָוונע אינעם 1808, וווּ ער האָט אַליין אַרויסגעגעבן זײַן ראָמאַן אין 1853, האָט מאַפּו גערעדט טאָג־טעגלעך אויף ייִדיש, ווי מע קען באַמערקן אין געוויסע עלעמענטן פֿון זײַן העברעיִש. פֿון דער צווייטער זײַט, האָבן זײַנע ווערק ממשותדיק משפּיע געווען אויף מענדעלע מוכר־ספֿרים.

שמואל ווערסעס האָט אָנגעשריבן אַ בוך וועגן ייִדישע איבערזעצונגען פֿון מאַפּוס „אַהבֿת־ציון‟. מנחם־בעריש עפּלבוימס איבערזעצונג פֿונעם דאָזיקן בוך, וואָס ער האָט געגעבן דעם נאָמען „אַמנון און תּמר‟, קאָן מען אַראָפּלאָדן אויף דער וועבזײַט פֿון דער „ייִדישער ביכער־צענטראַלע‟ אין אַמהערטס. אַן אַנדער „צעטראַל‟ — אַן אַמאָליקער וואַרשעווער פֿאַרלאַג — האָט עס אַרויסגעגעבן אינעם יאָר 1923. עפּלבוים איז געווען אַ באַקאַנטער שרײַבער, אָבער לאַוו־דווקא אַ געראָטענער. זײַן גרעבלעכע איבערזעצונג פֿון מאַפּוס מליצהדיקער שפּראַך דערמאָנט אין שמרס שונד־ראָמאַנען.

אַזוי צי אַזוי, הגם מאַפּו האָט געשריבן אויף העברעיִש, ווערט ער באַטראַכט, פֿונעם אַשכּנזישן קוקווינקל, ווי אַ טיפּישער מיזרח־אייראָפּעיִשער משׂכּיל. ווייניק מענטשן ווייסן אָבער, אַז אַן איבערזעצונג פֿון זײַן ראָמאַן „אַהבֿת־ציון‟ אויף אַ ייִדיש־אַראַבישן דיאַלעקט איז אַרויס אין סוס, טוניס, אינעם יאָר 1943. ווען אין אייראָפּע האָט געבושעווער דער שוידערלעכער חורבן, האָט אין צפֿון־אַפֿריקע דעמאָלט געבליט אַ רויִק ייִדישן לעבן.

אין דער וועלט איז סוס טרויעריק באַרימט געוואָרן דעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר ווי דאָס אָרט, וווּ 38 מענטשן, על־פּי רובֿ פֿון ענגלאַנד, זענען אומגעקומען אין אַ גרויסן טעראָריסטישן אַטאַק. נישט געקוקט אויף דער, בלײַבט טוניס איינס פֿון אַראַבישע לענדער, וווּ ס׳איז נאָך אַלץ דאָ אַ ממשותדיקע ייִדישע קהילה.

ווי עס זאָל נישט זײַן, האָט דער איבערזעצער, מאַסוד מאַאַרעק, ווי עפּלבוים, אויסגעקליבן אַן אייגענעם נאָמען פֿאַר מאַפּוס ראָמאַן: „אַ ראָמאַן וועגן ליבע און היימלאַנד‟. אין איראַן האָט אַ ייִדיש־פּערסישע איבערזעצונג זיך באַוויזן נאָך פֿריִער, אין 1908. אין 1894, האָט דוד פֿרעסקאָ, אַ באַקאַנטער ספֿרדישער לאַדינאָ־שפּראַכיקער זשורנאַליסט פֿון סטאַמבול, פֿאַרעפֿנטלעכט אַ ווערסיע אויף לאַדינאָ.