דעם 17טן מאַרץ איז אויף דער רוסישער וועבזײַט Jewish.ru, פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אַן אינטערעסאַנטער אינטערוויו מיט ישׂראל באַראָן, אַ באַקאַנטער כּלל־טוער פֿון דער פּעטערבורגער גרויסער כאָר־שול, וועגן אינטערעסאַנטע פּרטים פֿון זײַן ביאָגראַפֿיע.
באַראָן איז געבוירן געוואָרן אין דער עסטלענדישער שטאָט טאַרטו, באַקאַנט בײַ ייִדן אונטערן דײַטשן נאָמען, דאָרפּאַט. זײַן טאַטע איז געווען אַן אָרטיקער תּלמיד־חכם און מוהל. ווען נאַצי־דײַטשלאַנד איז אָנגעפֿאַלן אויפֿן ראַטן־פֿאַרבאַנד, דעם 22סטן יוני 1941, האָט זיך דער משפּחה אײַנגעגעבן צו אַנטלויפֿן קיין טשוּוואַשיע — אַ ראַיאָן אינעם צענטראַלן טייל פֿון רוסלאַנד, וווּ עס וווינען די טשוּוואַשן, אַן אוראַלט טורקיש פֿאָלק, וואָס האָט דעמאָלט נאָך געהיט פֿאַרשיידענע אוראַלטע מינהגים און איז געווען ווײַט פֿון דער רוסישער קולטור. די זיבן קינדער אין דער טשוּוואַשער משפּחה, מיט וועלכער די פּליטים האָבן געלעבט, זענען שטאַרק פֿאַרחידושט געבליבן פֿון די מאָדערנע מלבושים, וואָס דאָס ייִדיש קינד האָט געטראָגן.
נישט געקוקט אויף דער מלחמהדיקער מהומה, איז באַראָנס טאַטע כּסדר געפֿאָרן צו מלן קינדער אין קאַזאַן, וווּ עס האָבן זיך פֿאַרזאַמלט 40,000 עוואַקויִרטע ייִדן. נאָך דער מלחמה, האָט די משפּחה זיך אומגעקערט קיין טאַרטו. מע האָט שוין פֿון פֿריִער געוווּסט, אַז די נאַציס האָבן צעשטערט אַלע שילן אין דער שטאָט. האָפֿנדיק אויפֿצולעבן דאָס ייִדישע לעבן אין עסטלאַנד, האָבן די ייִדן באַדאַנקט דעם טאַטן פֿאַר די אומזיסטע בריתן און געגעבן אים במתּנה אַ ספֿר־תּורה.
שפּעטער, האָט באַראָן חתונה געהאַט מיט אַ טאָכטער פֿונעם באָברויסקער רבֿ, וועלכער האָט געזאָגט די פֿאַשיסטן, ווען זיי האָבן פֿאַרזאַמלט די לעצטע ייִדן אין דער שטאָט, אַז צוליב זייער רשעות וועלן זיי פֿאַרלירן די מלחמה. איידער אים אומצוברענגען, האָבן די נאַציס אים אַרויסגעריסן די צונג.
מיט דער טאָכטער פֿונעם אומגעקומענעם רבֿ האָט באַראָן זיך באַקענט אין לענינגראַד — פֿריִער און הײַנט באַקאַנט ווי פּעטערבורג. זײַן ברודער האָט חתונה געהאַט מיט אַ לענינגראַדער פֿרוי און האָט געפֿירט אַן אינגאַנצן פֿרום לעבן. די מאַמע האָט אויך פֿאַר איר צווייטן זון, ישׂראל, וועלכער פֿלעגט פֿאָרן יעדעס יאָר קיין לענינגראַד, צו קויפֿן דאָרטן מצות אויף פּסח, געוואָלט געפֿונען אַ פֿרומען שידוך.
אַרבעטנדיק ווי אַ שול־לערער, האָט ישׂראל נישט באַמערקט קיין אַנטיסעמיטיזם, אַחוץ איין אומאָנגענעמען עפּיזאָד. אַ יונגער תּלמיד האָט אַמאָל אויסגעשריִען, אַז ער האָט פֿײַנט די ייִדן. נאָכן לימוד, וועלכן דער כוליגאַן האָט געהאָפֿט מיט זײַנע ווערטער איבערצורײַסן, האָט באַראָן מיט אים דערקלערט, אַז ס׳איז נישט יושרדיק אַ שלעכטן תּלמיד פֿײַנט צו האָבן דעם לערער צוליב דעם, וואָס ער איז אַ ייִד. זינט דעמאָלט זענען מער נישט געשען קיין אינצידענטן.
איצט קלײַבט זיך דער 85־יאָריקער פּענסיאָנער אָנצושרײַבן אַ בוך וועגן זײַנע 50 יאָר דערפֿאַרונג ווי אַ לערער. להיפּוך צו דעם פֿאַרשפּרייטן מערבֿדיקן סטערעאָטיפּ, ווײַזט די דאָזיקע מעשׂה ווידעראַמאָל, אַז אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד האָבן אַ טייל ייִדן געהיט ייִדישע טראַדיציעס, הגם ס׳איז נישט אַלעמאָל געווען גרינג, און האָבן אַ סך וואָס צו דערציילן וועגן דעם.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.